06 שס 2118016ש8 שי1ס1סטט 06הנת 89טר 161121הנת פום 1
ת1:00002110 21016045 116111296
א 0
הסס, 6ט14טס-100150ש0))0ס1םו 1ז1416.00גוס-הופוחנץ//:פנןזזח
2030042008 16043(סע? 116118296 סם 1 0
זסן /|/10ז51 סח1|חס 1460טץסזט 15 101זס1סחז 11 זס 010װזס 6000 101סזסוזחזסס זסע .ץ{|חס 96ט 01ח50זסק 0ח61שס1011 106 04 פט 0001004 16096ט ,50ט זס/)0 עחס
:600 011חזס
הסס, 6עט14טס-100150ש10))0םו
000021100 21016019 116111296 סנ 1' 0
פיט 087
זא
וא
0 6660:
ש
א
א אי א
5
2
6
62 6
=
הערשל פּאָליאנקער. געװען אמאָל א שטעטל װריטשר 08 א = + + + א א + 4 6 6 6 - מוישע פּענס. טשערנאָביל (פּאָעמע) + . . . . באַריס סאנדלצה נײַע דערפייטוננעך + וי'. פאַטל גאָלבצשטײן לידעף" + + + * + יא + שירע גאצרשמאן. באַװעלפם וו + + + +.. 6 6 עלװירע פאגעל. די שוװערע איבערגאנגיצײַט אינעם לעבואשן דוי קינדרט + 66 ?ש ש': = ליטערארישע געדענק:דאטעס. כ איםינאכמען ביא- ליק. (צום 115:טן געבורטסטאָג) אין שכיטעישטאָט מאקסים גאָרקי וועגן כ.ינ. ביאליקן + + + + + . 6 . נײַע איבערזעצונגען. װולאדיסלאװו כאָדאסע- װיסט. רער + . { + 64 + + 6 6 + באָריס פּאסטערנאק. לדער (ייִדיש) - אי חצלפנעכלן + 6 אש 6 6 = יה 8 6 6 6 פּובליציסטיק.: אלעקסאנדער קריוקאָװ. ועגן דער רעדיאָסטאנציע דאָס קאָל פון ייַסראָעל? מיר זעצן פאָר דעם שמועס.. אנדײ ט ש ער קיזאָװ. דער אהרהמהוה + פיה א א 2 + 6 6 6{ א 6 ליטעראטור-קריטיק. ביבליאָגראפיע. פראגן פון קונסט. זאלמען ליבינזאָן. ארנאָלד צוייג (צום הונדערטיאָריקן געבורטסטאָג) . .+ . . . טיכאָן כ ר עניקאָ װ. געגליכן צו א דראמע . . זיכרױנעס פון א מאשיניסטקע. מאניע לאנדמאן שטריכן פון מוישע טייפס פּאָרטרעט . . . . . . פון דער קולטור-געשיכטע. מיכאיל אָסטראָװסקי ,קונסט פארייניקט די פעלקער און באפרײַנדעט" (סשת) א + 8 8 + 6 6 6 +י 63 6 6 א + 6 איבער לענדער און קאָנטינענטן אָ לעג געראסי- מאָװ. א באגעגעניש מיט דער פארגאנגענהײַט . צו אונדזער קינסטלערישער בײַלאגע. יויסעף שוס- טער. צו דער כאראקטעריסטיק פון א פאָלקס- קינמטלער = א 8 8 + א + + + + + * + 6 א טעאטראל דערצײילט. ד מיטרי ברודני. װאָס עס קאַן פאסירןאג + + + + + + + * 6 + 8 6 6 , די פּאָטשט פון סאָװועטיש היימלאנד". ס עמיאָן בענ- צואנאַָה. שועסטער" + + + + + + + 6 6 6 א בריוו פון א לײענער. מארק רובטשינסקי מײַן באקאנטשאפט מיט דער געשיכטע פון ארמעניע פונעם פאָלקס-אויצער. אירמע דרוקערס פאָלקלאָר-אָנזאמ- טוצשך + 4 א 6 6 4 + א וי + + 8 6 א + 8 6 מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָוועטי- שערי-פיטעראטור + +י + + + } + 6 8 6 + 6 זעלבסטלערער פון ייִדיש .+ + + + + + + 6 א א . רעזומע (רוסיש, ענגליש, שפּאניש) + + .+ + + + . 2
102
114 122
125
128
138
הויפּטירעדאקטאַר א. ווערגעליס רעדקאָלעגיע:
כ. ביידעך (שטעלפארטרעטער פון הױפּטירעדאקטאָר),
ש. גאַרדאָן, ט. גען,
א. טווערסקאָי,
ב. מאַגילנעה; ב. הילע כ. מעלאמוד, ה. פּאָליאנקער, י, שוסטער (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), י. שרײַבמאן
0 6 ש 6 ש שש
{
שַׂ
ש+ = שׂ שא א
ש =
2 6
6 = 0 ש ש ש ש שי
0 6 0 טס
0 שש 0 0 9 ( 0 6 = 2 8 0 6 6 8
ײַערע ליענער פון ,, סאַװעטיש היימלאנך"! מיר לעבן איצט
אין אן אויסשליסלעכער צײַט
פון רעװאָליציאָנערער באנײַונג,
ווען די שײַן פון אונדזער היימלאנד, דערגרייכנדיק צו די װײַטסטע ווינקלען פון דער פּלאנעטע,
באלײַכט אלץ נײַע און נײַע טיפקײַטן פונעם מענטשלעכן פּראָגרעס. גלאסנאָסט,
דעמאָקראטיע,
איבערבויונג
זײַנען ארײַן אין באװוּסטזײַן
פון דער גאנצער מענטשהײַט. גייענדיק אפן דאָזיקן וועג,
טרעט ארײַן אונדזער באליבט היימלאנד אין דעם נײַעם, 1988 יאַר,
מיר באגריסן אײַך הארציק
מיטן מערקווירדיקן נײַײיאָר
און ווינטשן אײַך
געזונט און גליק!
רעדאקציע פון ,סאָװועטיש היימלאנד"
ש + 0 שש + 0 0 ס+ (+ 0 6 6 0
0 38 0 6 0 ש 0 0 0 0 0 0 0 0 0 0 0 8 = 8 8 8 8 6 2
6 = = שׂ 2
הערשל פּאַליאנקער
געווען אמאָל א שטעטל
ראָמאן
דריטער טייל קאפּיטל דריי און צוואנציק
מוישע ראביינוס אייניקל
שוין אוועק, קיין אײַנהאָרע, צוויי מעסלעס, זינט דער עשעלאָן מיט די איבערוואנדערער טראָגט זיך אף מיזרעך, און בא פּעסיען אין די אויערן הילכט נאָך אלץ שולאמיסעס געשריי:
-- מא-א-א-אמע! איך װויל אהיים!
נו, געפעלט אײַך עפּעס -- זי װיל אהיים!..
דאָס שרעקלעכע קאָל רײַסט דאָס הארץ אף שטיקער און, דאכט זיך, זי װעט אים קײנמאָל ניט פארגעסן. וויפל זי װעט לעבן, װעט עס אזוי קלינגען אין אירע אויערן.
פאָרזעצונג. אָנהײב זע ,סאָװועטיש היימלאנד" נומ. 4, 5, 6, 8, 9, 10, 1987.
:
שולאמיס וויל אהיים...
זי ווייסט ניט, די קליינע שטיפערקע, אז די מאמע קאָן זיך אויך ניט מויכל זײַן, װאָס זי האָט זיך אזוי פּלוצעם און אומבאטראכט געלאָזט אין אזא װײַטן װעג, פארלאָזט דאָס לײַבלעכע שטעטל, דאָס געסל, דאָס הײַזל לעבן די צוויי אקאציעס, װאָס װעלן זיך איר שטענדיק כאַלעמען.
װאָלט כאָטש געװען אף װעמען זיך בייזערן, אף װעמען אויסגיכן דאָס ביטערע הארץ, װאָס זי האָט געװאָרפן דאָס שטיבל, דאָס סעדל, האקל-באקל, און װיאָ, הײַדא!
מע פאַרט ערגעץ אין אױסרײַסעניש אָנהײבן דאָס לעבן באנײַס א קאָן. זיך ארויסגעריסן פונעם שטיבל, װי פון א סרייפע און, מישטיינס:געזאָגט, װאָס האָט מען מיט זיך מיטגענומען אין װעג? קאָן מען דען מיט זיך פירן אלץ, װאָס מע האָט אײַנגעשאפן פאר אזויפיל יאָרן? איבערגעלאָזט דאָס מעבל, דאָס געפעס, דאָס בעטגעוואנט, אָן א שיר זאכן, װעלכע װעלן איר נײטיק זײַן סײַ אין ועג, סײַ דאָרטן. װײַל טאטע-מאמע האָבן איר נאָך דאָרטן גאָרניט אָנגעגרײט, און די וולאסט האָט בילכערע זאכן, װי צו טראכטן, אין װאָס נײיטיקט זיך שיעל דער זפּנמאכער מיט זײַן פּלױנעסטע!
אוי, וען זי האָט ניט מוירע פאר איר סאַװעסט, פאר גאָט, װאָלט זי אָנגעפאלן אפן מאן און אים געגעבן א גוטן פּעטשאטעק, װאָלט איר עפשער געװאָרן א ביסל גרינגער. נאָר װאָס אין ער, נעבעך, שולדיק? מיט װאָס האָט שויעל זיך פארזינדיקט פאר איר און פאר די קינדער? דאָס האָט זי דאָך געװאָלט לאָזן זיך צום טײַערן בענאָק, צו דאַװידקען, געמיינט, אז אָן איר װעט ער אין דער פרעמד אומקומען. דאָס האָט זיך איר פארגלוסט פאָרן אין אױסרײַסעניש, עפשער װעט זי זיך קענען דאָרטן אויסװויינען אפן קייווער פון איר שיקען? אף װעלכע קאָרבאָנעס װעט ניט גײן א מאמע צוליב אירע קינדער?! זי איז אין אלץ שולדיק. װען זי װיל ניט, װאָלט מען געבליבן אפן אָרט, זיך אין ערגעץ ניט גערירט. דארף זי פארטײַען אין זיך דעם ווייטיק, אָפּטרײַבן פון זיך אלע שווערע גע- דאנקען. אזוי איז באשערט, דארף מען זיך בארויִקן און זיך ניט אופעסן לעבעדיקערהייט. צוליב וועמען זשע לעבט א מאמע, אוב ניט צוליב אירע קינדער? דאָװידקע רופט זי. ער האָט עטלעכע מאָל גע- שריבן, זי זאָל קומען און מע װעט ניט כאראָטע האָבן. די בענקשאפט נאָך אים האָט זי ניט געלאָזט לעבן. ער שרײַבט, ויָאזוי ער בויט דאָרטן הײַזער, אז ער האָט שוין באקומען א צימערל און פילט זיך ניט שלעכט. נאָר ער קאָכט אים דאָרטן אָפּ א טעלער זופּ? װער וואשט אים דאַרט אויס א העמד? װער גיט אים אײַן א רעפוע, מעסט אים די היץ, װען ער װערט, כאַלילע, קראנק? קאָן זי דען רויַק אײַנזיצן פאר עטלעכע טויזנט װערסט פון איר ליבלינג?
שלעפּט מען זיך מיטן עשעלאָן און דערװײַל זעט מען ניט קיין אָנהײב, ניט קיין סאָף.
נאָך א גליק, װאָס די קליינינקע שולאמיס האָט זיך שוין א ביסל בארויַקט. זי האָט זיך שוין צונויפקאַמפּאנײיעט מיט א כאליאסטרע מיידעלעך און ייִנגעלעך, װאָס האָבן פארפולט דעם ואגאָן, און זי הערט שוין די גאנצע ועלט פאר א דרײַער. איר איז שוין גוט. אָט שפּילט זי זיך אין באהעלטער- לעך, מע לויפט ארום איבערן וואגאָן, מע דראפּעט זיך איבער די אָנגעװאָרפענע זעק און פּעק, מע לאכט, מע טומלט, מע שרײַט, מע קערט מאמעש װעלטן.
און קיינער מאכט זיי ניט קיין אויסרייד. פארקערט, מע איז צופרידן, װאָס די כעוורע זײַנען אזוי פארהאוועט. זאָגן, אז זי זײַנען שטארק זאט פון דעם פּאיאָק, װאָס מע האָט זיי ארויסגעגעבן אפן וועג, קאַן מען ניט. מע נארט אָפּ די קישקע מיט א שטיקל ברויט און װוּרשט, מיט א רעטעכל און א ציבלקע. און מע איז צופרידן. עמעס, אף א גרויסער סטאנציע, ווען מע פארטרײַבט דעם עשע- לאָן אין א טופּיק און ער שטייט עטלעכע שאָ, כאפּן די מאנצבלען די טשײַניקעס און מע לױפט אוועק אף דער סטאנציע נאָך א ביסל אָקרעפּ. עס מאכט זיך אויך, אז מע ברענגט א פּאַר טעפּלעך זופּ און קאשע, װערט גאָר יאָמטעװ. מע כאפּט איבער, דאָס ביסל געקעכטס דערווארעמט די נעשאָמע, הייבט אוף באם אוילעם די שטימונג. און דאָס קליינווארג -- גאַר אפן זיבעטן הימל.
פּעסיע זיצט אין איר װוינקל, אין וואגאָן באם סאמע פענצטער, שטריקט ווארעמע הענטשקעס פאר די כעוורע, װײַל זי װײסט, אז דאָרטן איז נאָך גאנץ קאלט, מע שוויצט דאָרט ניט. פון מאָל צִו מאָל ווארפט זי אן אויג אף שולאמיסן און אירע צוויי שוועסטערלעך, װאָס טראָגן זיך ארום, װוי די דולע און טראכטן אויס אלעמאָל א שפּאָגלינײַע שפּיל.
שױעל האָט זיך נאָך דעם ערשטן טאָג גלײַך געפונען א קאָמפּאניע און מע האלט אין איין טומ" לען, קלאפּן מיט די ביינדלעך איבער א טישל. און אין זייער װוינקל איז אַנגערײכערט, מע שרײַט, מע לאכט, מע איז צופרידן, מע האָט פארגעסן אין אלע צאָרעס! דער איקער בא די לייצים אין -- די ביינדלעך. קיין אנדערע דײַגעס האָט מען ניט.
די גאנצע צײַט הערט מען שויעלס שטים. ער שיט מיט כאָכמעס און װיצן, און אלע, װאָס האָבן זיך צונויפגעשטויסן אין זײַן ווינקל, הערן ניט אוף צו לאכן.
עס איז פריילעך אין שטעטל! געװאָרפן די היים, מע טראָגט זיך ערגעץ אין אױסרײַסעניש, קיינער שטעלט זיך ניט פאָר, װאָס דאָרטן װעט זײַן, װיָאזוי װעט מען דאָרטן לעבן, נאָר מע איז צו" פרידן. מע לאכט!
פּעסיע האָט זיך אײַנגעהערט אין זייער טומל, אינעם געלעכטער און זיך געטראכט: דארף דען דער מענטש א סאך? װי גיך ער געװוינט זיך צו צו זײַנע צאָרעס!
דער געלעכטער אין יענעם װוינקל און דאָס קלאפּערײַ פון די ביינדלעך װוערט גלײַך נעלעם, וען דער עשעלאָן דערנעענטערט זיך צו א גרויסער סטאנציע. די מאנצבלען כאפּן די טשײַניקעס, די קאסטרוליעס, דערנאָך טראָגט מען זיך, װי די פארסאמטע, איבערן פּעראָן, און די װײַבער און קינדער קוקן ארויס דורך די פענצטער, מע איז דערשראָקן, שטארק באומרויקט, צי װעלן זייערע ברויטגעבער, כאָלילע, ניט אָפּשטײן פונעם צוג, ניט איבערבלײַבן אפן אָרט, ניט פארפּלאַנטערן זיך צװישן די אנדערע עשעלאָנען, װאָס שטייען אף דער סטאנציע?
קוקנדיק אף שויעלן פון דער זײַט, װאָלט מען געקאָנט מיינען, אז מיט אָט די ארומיקע מענטשן איז ער באקאנט פון ווייסעך וויפל צײַט, אז ער איז מיט יעדן איינעם אויסגעבונדן. אָבער באקאנט האָט ער זיך מיט זיי טאקע דאָ, אין וואגאָן. דאָס זײַנען געווען איבערוואנדערער פון וויניצע און בער" שאד, כמעלניק און יארמעלינעץ, זװעניגאָראָדקע און טאלנע, אומאן און סאָקאָליווקע, כאשטשעוואטע און זשאשקעוו, און בלויז ער איינער איז געווען פון באפּאָליע.
ער האָט זיך באקאנט מיט דעם פארשידנארטיקן אילעם, געזוכט צװישן זי אזעלכע, מיט וועלכע מע װעט זיך קאָנען באפרײַנדן, געפינען אן אלגעמיינע שפּראך, װײַל צװוישן אוילעם זײַנען דאָ געװען ניט װײניק נודניקעס, טעמפּע קעפּ, בייזע לײַט, װאָס קאָנען ניט לעבן, אוב זיי האָבן זיך ניט פארקריגט מיט די שכיינים פאר א גאָרניט. שויעל האָט זיך באמיט, אז כאָטש דאָ, אין װעג, זאָל ער זײַן גוט מיט אלעמען, זיך ניט באליידיקן, וען מע פארטשעפּעט אים מיט א שלעכט װאָרט, א ניט-געלונגענער נארישער כאַכמע.
טאקע דערפאר איז אים פון די ערשטע מינוטן געפעלן געװאָרן דער , געזערד"-פאַרשטייער, װאָס האָט באגלייט אין װײַטן װעג דעם עשעלאָן. א הויכער און דארער, מיט א שטענדיק פארדײַגעט פּאַנעם, גלײַך וי אף אים שטייט די גאנצע װעלט, אין אן אָפּגעבליאקעװעטער סאָלדאטישער גימנאסטיאָרקע מיט א ברייטן אָפּגעריבענעם רימען, אין א פּאָר אויסגעקרימטע ברעזענטענע שטיוול, מיט א גראָבן אלטן פּאָרטפעל, מיט וועלכן ער האָט זיך ניט צעשיידט, אין א טונקעלער קעפּקע מיט א געפּלאצטן גלאנצנדיקן דאשעק, װאָס האָט זיך געדרייט אפן קאָפּ. געהייסן האָט ער מוישע פיניס, און װי נאָר ער פלעג זיך צוזעצן באם טישל, האָט ער גלײַך אָנגעהױבן דערציילן, וויפל עשעלאַנען ער האָט שיין באגלייט קיין ביראָבידזשאן און אז ער שטעלט זיך ניט פאָר, װאָס עס װאָלט געטאַן דער , געזערד", ווען ער, מוישע פּינוס, קומט ניט אָן צו אים ארבעטן און פירט ניט אריבער קיין הונדערטער מענטשן אין יענעם װײַטן קאנט... אָט די אלע מענטשן דארפן אים אײיביק דאנקען, װאָס ער פירט זיי צום נײַעם לעבן. װאָס װאָלטן זיי געטאָן, ווען ניט ער?
שויעל האָט גלײַך פארשטאנען, אז דער מענטש איז א ביסל א בארימער, האָט ער אים איבערגע- דרייט דעם נאָמען פון מוישע פּינוס אף מוישע פּיניעס. שפּעטער, ווען יענעמס בארימערײַ איז דער גאנגען צום העכסטן גראד און עס האָט זיך באקומען, אז דאָס אייבערשטע פון שטייסל אין דער גאנ- צער איבערוואנדערונג איז נאָר ער, האָט שויעל געזאָגט, אז וויבאלד אזוי, איז דאָס ניט מוישע פּינוס און ניט מוישע פּיניעס, נאָר גאָר מוישע ראביינו!.. מוישע ראביינוס אייניקל, יענער ביבלישער מוישע האָט ארויסגעפירט די ייִדן פון מיצראיִם, און דער פירט ארויס די ייִדן פון די קלינע שטעטלעך און ברענגט זיי קיין ביראָבידזשאן... אָבער דער האָט נאָך גרעסערע פארדינסטן פארן ייִדישן פאָלק, וי יענער. דער עמעסער מוישע האָט געפירט די ייִדן איבערן מידבער פערציק יאָר, און דער װעט דעם איניען מאכן גיכער...
דער אוילעם האָט געקײַכט פון געלעכטער, און מוישע פּיניעס האָט ניט אײַנגעזען קיין שפּאָט און עס אופגענומען גאנץ רויָק. װי איינער זאָגט: מיילע, זאָל זײַן אזוי. זאָל זײַן מוישע ראביינוס אייניקל. צום שידעך און צו זײַן שטעלע װעט עס אים ניט שאטן...
און מער האָט מען שוין ניט געדארפט. איבער די װאגאָנען איז אוועק א קלאנג, אז די איבער- וואנדערער פירט ניט קיין פּאָשעטער פּארשוין, נאָר אליין מוישע ראביינוס אייניקל... מענטשן האָבן זיך ניט אופגעהערט כאָכמענען. ווען מע האָט אים געזען, האָט מען זיך נאָכגעפרעגט:
-- נו, כאווער מוישע ראביינו, װען װעט איר שוין נעמען אײַער שטעקן און שפּאלטן דעם יאם, מיר זאָלן זיך גיכער דערקלײַבן צו אונדזער ברעג?..
יענער האָט אונטערגעשמייכלט:
-- נישקאַשע, ניט געזאָרגט... ביז די ערשטע פרעסט, װעל איך אײַך ברענגען אף אן אָרט און איר װעט ניט כאראַטע האָבן.
-- אוי, פון אײַער מויל אין גאָטס אױיערן...
-- װאָס זשע, איך װעל אײַך אונטערפירן? איר האָט ניט אזויפיל האָר אפן קאָפּ, וויפל עשע- לאָנען מיט איבערוואנדערער איך האָב שוין אוועקגעפירט קיין ביראָבידזשאן... און קיינער, דאנקען גאָט, קלאָגט זיך ניט אף מיר. פּונקט פארקערט... װי איר זעט מיך א לעבעדיקן...
כאָטש שויעל האָט דעם ,געזערד"-פאָרשטײיער באקרוינט מיט אזא גרויסארטיקן צונעמעניש: ,מוישע ראביינוס אייניקל", נאָר יענער, װי געזאָגט, האָט זיך אף אים ניט באליידיקט. ער איז ניט געווען בייזוויליק, נאָר גוטמוטיק, און צוליב דעם האָט דער אוילעם ניט אופגעהערט זיך גוט באציען צו דעם שטענדיק פארדײַגעטן און פארהאוועטן , אייניקל", װאָס האָט אפילע ניט װען זיך אויסרוען, אויסשלאָפן, שטענדיק אף די פיס מיט זײַן דיקן, אָפּגעריבענעם פּאָרטפעל.
אין פּאָרטפעל איז געווען זײַן גאנצע קאנצעליאריע -- פארשיידענע פּאפּירן און בלאנקן, אנקע- טעס און, דעריקער, די צעטלען פון די מענטשן, וועלכע ער פירט מיטן עשעלאָן. פארלירט ער דעם פּאָרטפעל, איז ער אויסגעשטעלט, בלײַבט ער אָן זײַן שטעלע.
מע קאָן אפילע ניט זאָגן, צי האָט ער, דער מוישע ראביינו, זײַן באשטענדיק אָרט אין דעם עשעלאָן, זײַן װינקל, זײַן געלעגער.
כאפּן א דרעמל קאָן ער װוּ עס מאכט זיך, װוּ עס טרעפט אים די נאכט. עפּעס אָפּעסן איז פאר אים אויך ניט קיין קאָמפּליצירטער איניען, אין איין וואגאָן נעמט ער א קװערטל אָקרעפּ מיט א צוקערקע, אין א צווייטן עסט ער אָפּ א שיסעלע זופּ, און ער איז שוין פארטיק!
אָבער אָפּטער כאפּט ער זיך ארײַן אהער אין וואגאָן, װוּ עס פאָרט שויעל פון באפּאָליע. אָט דער לעבנסלוסטיקער, פריילעכער מענטש מיט די קלוגע אויגן און כיינעוודיקן פּאָנעם איז אים געפעלן מער װי אנדערע. אנדערע זיפצן, זיצן מיט אראָפּגעלאָזטע קעפּ און מע לאָזט אים, מוישע ראביינו, ניט רוען, מע פארשיט אים מיט פראגן, צי איז אין דער טײַגע ניט געפערלעך, צי פאלן ניט אָן קיין ווילדע כײַעס, צי וואקסן דאָרטן קארטאָפליעס, צי קאָן מען דאָרט מאכן א לעבן, און ער, שויעל, מאכט דעם אײַנדרוק, אז אלץ ווייסט ער שוין פון לאנג. ער איז אופגעלייגט און זעלטן װעט איר אים זען איינעם אליין -- אָן די ארומיקע, אָן א מאמזעריש שמייכעלע אף די ליפּן. ער לאָזט ניט, אז די ארן- מיקע זאָלן אראָפּלאָזן די קעפּ און צוטראכטן ווילדע זאכן.
האָט טאקע מוישע פּינוס ניט אומזיסט ליב געהאט זיצן לעבן אים, זיך אײַנהערן אין זײַנע כאָכמעס און וויצן, זען, װי שיין ער קלאפּט מיט די ביינדלעך.
אויך דאָס מאָל איז ער ארײַנגעקומען אין וואגאָן, זיך צוגעזעצט לעבן שויעלן און געווארט, װאָס וועט יענער זאָגן.
אָבער שויעל האָט אים ניט באמערקט. ער איז גראדע געווען פארטאָן אין זײַן ארבעט. עס האָט געשמעקט בא אים מיט א דורכפאל-פארשפּילן, און ער האָט זיך לענגער, װי געוויינלעך, פארהאלטן מיטן גאנג.
-- פעטער, -- האָט זיך עמעצער אָנגערופן פון די געװוינער, -- װאָס ציט איר אין דער לאנגער באנק! שלאָפט גיכער, מע דארף דעם קישן, כאװער מאזור... גיכער א ביסעלע, אָדער גיט זיך
אונטער...
דערהערט דעם נאָמען מאזור, האָט דער ,געזערד"-פאָרשטייער א פאָרזיכטיקן טאָרע געטאָן שויעלן;
-- דאָס זײַט איר מאזור? עפּעס גאָר א קענטלעכע פאמיליע...
-- יאָ... דאָס בין איך מאזור... -- האָט שויעל געענטפערט. -- אקעגן װאָס פרעגט איר?
-- פאראיאָרן אין דער צײַט, אָדער מעגלעך א ביסל פריִער, האָב איך אויך באגלייט פון וויניצע אן עשעלאַן מיט איבערוואנדערער... זײַנען פאר דעם אָפּפאָרן געקומען צו מיר צוויי יינגלעך... איינער אזא שטאלטנער, א כיינעוודיקער, און דער אנדערער א געלער. ער האָט געהונקען אף איין פוס.. איך זע, דאָס פּאָרל רוקט זיך אויך אין וואגאָן,. אומבאקאנטע כעוורע. װער זײַנען זיי? בא מיר אין די צעטלען זײַנען זי ניט געווען, און איך האָב זיי געבעטן מיר מויכל זײַן, זיך פארנעמען פונדאנען.. האָבן זיי מיך אָבער געהערט, װי דעם פאראיאָריקן שניי, זיי האָבן זיך דורכגעשמוגלט אין וואגאָן און זיך ערגעץ באהאלטן... שפּעטער קום איך ארײַן אין וואגאָן און דערקען זי,.. מע פאָרט!.. האָב איך זיך אף זיי צעבייזערט און געװאָלט אף דער נאָענטער סטאנציע זיי מעשאלייעך זײַן, נאַר דער אוילעם האָט אָנגעהױבן בעטן פאר זיי, און באזונדערס א יונג שיין מיידל... טראכט איך מיר, אן דאָס זײַנען צוויי פעסטע יאטן מיט ביינער. זיי האָבן זיך ארײַנגערוקט אין וואגאָן, טאָ זאָלן זי פאָרן. עפשער, טראכט איך, װעט דאָרטן, אין ביראָבידזשאן, זײַן א שטיקל טאָלק פון זיי... אזעלכע יאטן דארף מען דאָרטן... און װאָס מיינט איר, זי זײַנען געקומען אהין צוגלײַך מיט אנדערע, און מע האָט זי בעקאָװעד גאָדל באגעגנט. קורץ גערעדט, אָט דאָ מיט א פּאָר כאדאָשים צוריק, ווען איך בין אהין געקומען, האָב איך זי באגעגנט. זי האָבן זיך גאנץ פּײַן אײַנגעאָרדנט, געװאָרן בויער און דער אוילעם האלט זייער פון זיי... איינער, דאכט מיר, האָט געהייסן מאזור... איז דאָס ניט אײַערער א קאָרעװ?
-- װאָס זשע, איין מאזור לעבט אף דער װעלט?:-- האָט זיך ארײַנגעמישט א פולבלעכּער יונגער- מאן, -- בא אונדז אין מאָנאסטירישטשע װוינט מײַנער א קאָרעװ, הייסט ער אויך מאזור. איז װאָס, גייען קאטשקעס באָרװעס, צי גענדז אָן פּלודערן?..
-- אוואדע... -- האָט איינע א פרוי זיך אָנגערופן, -- בא אונדז אין טעפּליק האָט געװוינ א גאנצע מישפּאַכע מאזורס... װאָס זשע, איין רויטע קו װעט איר טרעפן אין דער טשערעדע?
בא שויעלן האָבן זיך די אויגן צעשײַנט און דאָס הארץ האָט גענומען קלאפּן שטארקער. ער האָט זיך צוגערוקט נעענטער צום ,געזערד":
!-- זאָגט נאָר, און װי האָט דער באָכער געהייסן?
דער פּארשוין האָט מאָדנע א קוק געטאָן אף שויעלן און א קנייטש געגעבן מיט די אקסלען:
-- ויָאזוֹי ער הייסט? האָב איך אײַך דאָך געזאָגט -- מאזור...
-- און דער נאָמען זײַנער?
-- דער נאָמען? איך זאָל אזוי ניט וויסן פון קיין בייזער ועטשערע. איך האָב אײַך דאָך פריִער געזאָגט, אז כא מיר אין די צעטלען איז ער ניט געווען פארשריבן... ער האָט זיך ארײַנגעשמוגלט אין עשעלאָן, און איך האָב ראכמאָנעס געהאט אף אים... ניט מעשאלייעך געווען..
ער האָט ניט געהייסן דאָװיד? דאָװידקע? -- האָט שױעל אומגעדולדיק אונטערגעמונטערט מוישע ראביינון, אוֹן יענער האָט זיך שוין אָנגעהױבן אף אים בייזערן:
-- א מאָדנער מענטש זײַט איר! איך האָב געפירט א גאנצן עשעלאָן איבערוואנדערער, א גרויס צעטל פון עטלעכע הונדערט פּארשוין. װאָס זשע, האָב איך געקאָנט אלעמען פארגעדענקען באם נאָמען? פון די איבערוואנדערער מײַנע האָב איך שוין אזא קאָפּ! עטלעכע טויזנט פּארשוין אריבערגע- פירט אהין... א װערטעלע אויסצורעדן!..
-- שויעל, װאָס זײַט איר צוגעשטאנען צום מענטשן? דער עמעסער מוישע ראביינו האָט דאָך אויך ניט געקאַנט פארגעדענקען אלעמענס נעמען...
-- שא... איך זאָג גאָרניט... -- האָט שויעל, װי זיך פארענטפערט, -- איך האָב געמיינט... איך האָב געטראכט...
-- רעב שויעל, זאָלן טראכטן פערד, זי האָבן גרויסע קעפּו.. -- האָט זיך אָנגערופן זעליק כייפעץ -- א קלײנװוקסיקער, דארלעכער פּארשוין מיט א לענגלעך פּאָנעם און א פּאַר גרויסע בריל אף דער שארפער נאָז, װאָס איז דעם גאנצן עג געװען פארטאָן אין א גראָבן סייפער און נאָר פון מאָל צו מאָל ארײַנגעקוקט אין די ביינדלעך, שטילערהייט עפּעס אונטערגעזאָגט שויעלן. פארן און- טערזאָגן האָט ער שוין ניט איין מאָל ארײַנגעכאפּט א פּעטשאטעק פון די שפּילער, נאָר דער אומקאַ- װעד האָט אף אים געװירקט ניט לאנג. אין עטלעכע מינוט ארום האָט ער שוין געהאט פארגעסן, אז ער האָט אָפּגעלײזט פון די שפּילער און ווידער גענומען אונטערזאָגן.
מע האָט דעם יונגנמאן פאָרגעלייגט, אז אַָנשטאָט אונטערזאָגן און שטערן, װאָלט ער בעסער אליין זיך געזעצט צום טיש שפּילן, אוב ער איז אזא גרויסער ווייסער, נאָר ער האָט זיך אָפּגעזאָגט, דערװײַזנדיק, אז אָנשטאָט זיך פארנעמען מיט נארישקײַטן, קלאפּן מיט די ביינדלעך איבערן טיש, װאָלט מען בעסער געלייענט א בוך. װײַל מענטשן האָבן אָנגעשריבן אזויפיל שיינע זאכן, אז עס אין מאמעש א פארברעכן, װאָס מע לייענט װײניק און מע פארנעמט זיך מיט שפּילכלעך. אָט, לעמאַשל, ווען ער, זעליק כייפעץ, האָט זיך דערװוּסט, אז מע רופט אים ארויס, קעדיי ער זאָל פאָרן קיין ביראָביד- זשאן בויען די נײַע געגנט, האָט ער מיט זיך פארכאפּט עטלעכע ביכער, װאָס דערציילן וועגן יענעם װײַטן קאנט,
אין בערשאד איז ער געווען אן אפּטײקער, עטלעכע יאָר געהאט צו טאָן מיט פּראַשקעס, פּיאװו קעס, רעצעפּטן. אין ביראָבידזשאן װעט ער בעטן, אז מע זאָל אים שיקן אף אן אנדער ארבעט, אף אזא, װאָס איז פארבונדן מיט װעלדער, מיט סעדער. ער װיל ארבעטן אף דער פרישער לופט, או אין אפּטיק זאָל מען שיקן מיידלעך און װײַבלעך. דערצו נאָך װיל ער װוינען ניט אין שטאָט, נאָר אין א קאָלװירט. ער האָט שוואכע לונגען, און די בעסטע היילונג איז די פרישע לופט. כוץ דעם, װעט ער בעטן, מע זאָל אים שיקן אין יענעם װינקל, װוּ עס געפינט זיך קולדור -- עס שלאָגן דאָרט רײַכע אונטערערדישע קוואלן, ועלכע היילן בעסער װי די טײַערסטע רעפועס. אָט דאָ אין װעג האָט ער איבערגעלייענט א געשיכטע, װיָאזוי א יעגער האָט מיט א סאך יאָרן צוריק פארווונדעט א הירש, און דער הירש האָט שוין געהאלטן באם אויסהויכן די נעשאַמע, נאָר געפונען אין זיך קויכעס צוקריכן צו קולדור, װוּ עס איז פאראן א הייסער קוואל, זיך אַנגעטרונקען מיט יענער זויבערער וואסער און גאָר אינגיכן זיך װידער געשטעלט אף די פיס, אװעקגעלאָפן אין זײַן טשערעדע...
דערהערט פון זעליק כייפעצעס מויל אזעלכע געשיכטעס, דערזען, אז דער זעליק כייפעץ איז ניט קיין פּוסטער אפּטײקער, נאָר איז גוט באהאוונט אין דער געשיכטע פונעם קאנט, װוּהין מע האלט איצט װעג, האָט מען אף אים אָנגעהױבן קוקן מיט גאָר אנדערע אוגן און זיך גענומען צוהערן צו אים.
8
איצט, װוען כייפעץ האָט זיך צוגעהערט צום געשפּרעך פון שויעלן מיט מוישע ראביינון, דאָס הייסט, מיטן פאָרשטייער פון ,נעזערד", האַט ער זיך ארײַנגעמישט אין די רייד.
-- כאווער מוישע, איר זאָגט דעם מענטשן, אז װען ער װעט קומען קיין ביראָבידזשאן, װעט ער גלײַך געפינען יענעם באָכער, װאָס הייסט מאזור... איר האָט שוין, זײַט מיר מױיכל, געפּרווט אמאָל אָפּזוכן א נאָדל אין א סטערטע שטרוי? די געגנט, װי איך האָב געלייענט, פארנעמט אזא שעטעך ערד, קיין אײַנהאָרע, װי בעלגיע, שװעדן און גריכנלאנד און עפשער נאָך מער... א כעזשבן פון אזעלכע פערציק טויזנט קוואדראטע קילאָמעטער, װוּ זשע װעט שױעל זוכן דעם באָכער?.
מוישע ראביינו האָט א קוק געטאָן אף דעם יונגנמאן מיט קאס:
-- איך האָב גאָרניט געװוּסט, אז איר זײַט אזא געלערנטער... איך פארשטיי נאָר ניט איין זאך, -- פארװאָס זײַט איר ניט געװאָרן קיין פאָרשטייער פון , געזערד" און איר באגלייט ניט קיין עשעלאַנען מיט איבערוואנדערער? פארשטייט זיך, דער קאנט איז מוירעדיק גרויס, נאָר דערװײַל גײט די בויונג אין שטאָט און אין עטלעכע ראיאָנען... און עס איז ניט העפקער פּעטרעשקע, אז מע זוכט דאָרט א מענטשן, קאָן מען אים געפינען. דאָס זאָג איך אײַך אָפיציַאלנע... דערצו נאָך, זײַנען אלע איבערוואנ- דערער פארעגיסטרירט, מע װייסט, װוּהין מע האָט יעדן איינעם געשיקט ארבעטן. א סאך זײַנען געבליבן אין שטאָט, װײַל מע דארף װאָס גיכער זי אויסבויען, זי זאָל האָבן א פּאָנעם. דערנאָר שיקט מען א סאך מענטשן אין די ארומיקע קאָלװירטן, װײַל מע דארף דאָך האָדעװען די מענטשן מיט ברויט און מילך, מיט פלייש און פיש... אנדערע זעצן זיך אף דער שיף און שווימען אועק מיטן אמור אהין, קיין אמורזעט, אין קאָלװירט, װאָס גיט גרויסע גערעטענישן. פּלאץ װעט פאר אלעמען סטײַען, ברויט און צום ברויט אויך. דעריקער, מע זאָל איין זאך פארשטיין, אז קיין ליידיקגייערס און פויליאקעס האָט מען דאָרט ניט ליב...
מוישע ראביינו האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם, נאָכאמאָל קרום א קוק געטאָן אף דעם בערשא- דער אפּטײקער, וועלכער האָט געװאָלט פאר די ארומיקע באװײַזן זײַן באהאװונטקײַט אין דעם קאנט און אז ער איז מער װייסער פון דעם ,געזערד'-פאָרשטײער. עמעס, יענער האָט, זעט אויס, א סאך געלײיענט אין די ביכלעך װעגן דעם װײַטן מיזרעך, נאָר ער, מוישע פּינוס, איז שוין דאָרטן ניט איין מאָל געווען און װייסט, װוּ א טיר עפנט זיך.
-- זאָגט נאָר, און אמורזעט איז װײַט פון דער שטאָט ביראָבידזשאן? -- האָט געפרעגט דער בערשאדער, אָפּװענדנדיק זיך פונעם בוך.
-- ניין... ניט װײַט.. בא דרײַ הונדערט װערסט...
-- אַיאָ! נישקאָשעדיק פון א מעהאלעך...
-- װאָס זשע מיינט איר, אזויװוי בא אײַך אין בערשאד? פון איין דאָרף, פון איין ראיאָן ביזן צווייטן איז פאָלג מיך א גאנג! דאָס זאָג איך אײַך אָפיציאלנע... נאָר דאָס מאכט ניט אויס. מיט דער צײַט װעט מען דאָרט לאָזן שנעלצוגן... איך האָב ערגעץ געלײיענט, אז אין יאפּאָניע, ניט װײַט פון ביראָבידזשאן, גייען צוגן צו דרײַ הונדערט װערסט א שאָ... עס װעט קומען א צײַט, װעלן אונדזערע צוגן אויך לויפן אזוי גיך, װי דאָרטן... נו, און מע װעט קענען אהין פליען אף אעראָפּלאנען, װעט זײַן נאָך גיכער...
דער בערשאדער אפּטײקער האָט געקוקט מיט א גוטמוטיקן שמייכל אף דעם צעהיצטן , געזערך"" פאָרשטייער און זיך אָנגערופן:
-- כאווער, װאָס האָט איר זיך צערעדט װעגן די צוגן און אעראָפּלאנען? מיר טראכטן ניט אוועק- פאָרן צוריק אהיים... האלעװײַ װאָלטן מיר זיך שוין דערקליבן אף אן אָרט און דאָרט װעלן מיר זיך שוין אן אייצע געבן...
-- אָט אַידאָס פארשטיי איך דיבורים! -- האָט זיך דערפרייט מוישע ראביינו, -- און איך האָב געמיינט, אז עמעצער טראכט שוין װעגן פאָרן צוריק...
-- ניין, כאווער פּינוס, -- האָט זיך ארײַנגעמישט אינעם געשפּרעך אן עלטערע פרוי, װאָס איז געזעסן אף א גרויסער געפּלאָכטענער קאָרזינע, -- זאָל גאָט העלפן, מיר זאָלן זיך װאָס גיכער דערקלײַבן אף אן אָרט. אײַך איז גרינג צו פאָרן אהין, אהער... די מעלוכע צאָלט אײַך. און אויב מיר ועלן פּרוּון זיך אומקערן אהיים, דארף מען דאָך האָבן א מאיאָנטעק וועג-געלט. איין בילעט אפן צוג קאָסט דער רועך װייסט וויפל...
-- מיר זאָגט איר, מומעניו, איז גרינגער? -- האָט מוישע א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. -- איר מיינט, אז דאָס איז אזוי גרינג אלעמאָל פאָרן מיטן צוג אהער צען טויזנט וערסט און צוריק אזויפיל? מע שלאָגט זיך ארויס פון די קויכעס. איר פאָרט ערשט דעם דריטן מעסלעס, און איך זע, אז איר קרעכצט שוין... הײַנט איך? איך האָב שוין דורכגעמאכט דעם װועג אהין און צוריק א מאָל צוועלף...
א מאך געטאָן מיט דער האנט, האָט ער געענדיקט:
-- אויס! איך װעל קומען מיט אײַך אפן אָרט, װעל איך אָנשרײַבן א מעלדונג מײַנע נאטשאל- ניקעס, אז מער פּאָר איך ניט! גענוג! זאָל עמעצער אן אנדערער א פּרוּו טאָן! פון מײַנעטװעגן װעט
9
זײַן גענוג. איך װעל זיך צוזוכן אין ביראָבידזשאן אן ארבעט, א צימערל און זיך מער ניט ארומ- שלעפּן מיט די צוגן, װי א ציגײַנער. דאָס מעלדע איך אײַך אָפיציַאלנע...
ניט אנדערש, װי מוישע ראביינו מיטן בערשאדער האָבן זיך געזעצט אף זייערע פערדלעך און ארײַנגעפאָרן טיף אין די ביראָבידזשאנער איניאָנים. זעט אויס, אז יעדער איינער פון זי האָט געװאָלט איינעם דעם אנדערן דערװײַזן, אז ער װוייסט מערער. שויעל האָט זיך צוגעהערט, װי דאָס פּאָרל אמ" פּערט זיך, נאָר אים האָט ניט געלאָזט רוען דאָס, װאָס מוישע האָט פּריִער דערציילט וועגן די צוויי ייַנגלעך, וועלכע ער האָט פאראיאָרן געװאָלט מעשאלייעך זײַן פונעם עשעלאָן.-.
א שאָד, װאָס דער פּינוס האָט ניט פארגעדענקט די נעמען פון די ייַנגלעך. נאָר װי ער האָט זי אױסגעמאָלט, האָט מען געקאָנט זיך אָנשטױסן, אז דאָס זײַנען געװען דאָװידקע און יאָשקע מיטן הינקעדיקן פוס,
עס האָט זיך יאָ געגלייבט און ניט געגלייבט.
און טאקע, װי קומט די קאץ איבערן וואסער? װאָס פאר א רועך האָט געקאַנט פארפירן די מאזיקים אין עשעלאַן, װאָס איז אָפּגעפאָרן פון װיניצע קיין ביראָבידזשאן? װער האָט זי געטריבן אהין? עפּעס האָט זיך ניט געלייגט אפן געדאנק, אז דאָס האָט ער אָפּגענומען אן אומדערווארטן גרוס פון זײַן בענאָק און יאַשקען, זאלמען דעם באָנדערס טאכשיט, אז דאָס זײַנען זי טאקע געװען און ניט קיין אנדערע.
און װאָס איז דער כידעש, די כעוורע זײַנען דאָך טאקע דאָרטן. דאָס שלעפּט ער זיך מיט דער גאנצער כעװרײַע צו זיי. איבער אים, דאָװידקען, פאָרט מען אזוי װײַט...
שויעל האָט א טראכט געטאָן, אז ער דארף מיט דער אומדערווארטער בסורע זיך טיילן מיט דער פּלױנעסטע. װאָס װעט זי זאָגן דערצו?
ער איז אוועקגעגאנגען אין יענעם ווינקל, װוּ עס איז געזעסן אף די זאכן פּעסיע און געשטריקט א ווארעמע שקארפּעטקע. ער האָט אלץ פּינקטלעך אויסדערציילט און געמיינט, אז ער װעט זי דערי מיט דערפרייען, נאָר זי איז גאָר אָנגעפאלן אף אים:
-- א קלוגער, א קלוגער, נאָר א נאר! אזוי האָסטו, מײַן טײַערינקער מאן, ליב צו פּלאפּלען און שיטן מיט װערטער און כאָכמעס, װי פון א זאק, פארװאָס זשע האָסטו זיך פּאָדראָבנע ניט געקאָנט דערפרעגן, װאָס און װוען?
-- װײַל מוישע ראביינו געדענקט ניט פּינקטלעך דעם נאָמען פון די כעוורע...
פּעסיע האָט דערהערט דאָס װאָרט ,מוישע ראביינו", האָט זי זיך דערשראָקן, געמיינט, אז שויעל האָט גענומען א קויסע און איז שיקער, אָדער ער אין, כאָלילע, אראָפּ פון די געדאנקען.
-- װאָס פאר א מוישע ראביינו? װאָס דרייסטו א ספּאָדעק, װאָס רעדסטו?
-- נו, מוישע ראביינו... אונדזער , געזערד"-פאָרשטײער... מוישע פּיניעס, װאָס באגלייט אונדזער עשעלאָן קיין ביראָבידזשאן.
-- אָט אזוי זשע רעד! װאָס זשע קער זיך אָן אהער מוישע ראביינו?
-- װאָס ארט עס דיך? אז אים ארט ניט, װאָס מע האָט אים געגעבן אזא צונעמעניש, דארף עס דיר קאָראָבען?..
-- װער האָט עס אים געגעבן אזא צונעמעניש? -- האָט זי אים דורכגענומען אף דורך אין דורך מיט אירע גרויסע אױיגן. און, באמערקט, װי שויעלס גוטמוטיק פּאָנעם האָט זיך צעשמייכלט, זיך צעשײַנט, װי דער מאָרגנשטערן, האָט זי פארשטאנען, אז דאָס דארף זײַן זײַן שטיקל ארבעט.
זי האָט א לענגערע װײַלע מיט פאָרװוּרף געשאָקלט מיטן קאָפּ.
-- נו, באלטאכלעס מײַנער, איז עפשער װעסטו מיר דערציילן מיט א טאָלק, װאָס האָסטו זיך דערװוּסט וועגן אונדזער זון? דערצייל שוין גיכער!
-- איך האָב זיך דערװוּסט דאָס, װאָס דוֹ האָסט זיך דערװוּסט.. איך האָב דיר דאָך שוין געזאָגט, אז ער ווייסט ניט, צי איז יענער מאזור אונדזער בענאָק...
זי האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט, װי איינער רעדט: אף דיר קאָן מען זיך שיין פארלאָזן, און, פאריכט מיט דער האנט די צעשויבערטע האָר, װאָס האָבן זיך ארױיסגעשלאָגן פון אונטער איר געקווייטלט קאָפּטיכל, אװעקגעלאָפן אין צווייטן עק וואגאָן, װוּ עס האָט זיך געאמפּערט דער , געזערך"- פאָרשטייער מיטן בערשאדער אפּטײקער.
אָבער אומזיסט האָט זי זיך אזוי געבייזערט אפן מאן.
מוישע ראביינו, דאָס הייסט, מוישע פּינוס אָדער מוישע פּיניעס, האָט איר איבערגעכאזערט דאָס זעלבע, װאָס ער האָט פריִער געזאָגט איר מאן, און זאָל זי זיך אָפּטשעפּען. ער פירט פון אוקראינע קיין ביראָכידזשאן עשעלאָנען מיט איבערוואנדערער, טויזנטער מענטשן, איז ער ניט מעכויעוו װויסן יעדן איינעמס נאָמען. מע װאָלט געדארפט האָבן א קאָפּ פון א מיניסטער, און ער אין א פּאַשעטער מענטש, א דעמאָביליזירטער סאָלדאט און פילט ערלעך אויס זײַן כויוו. װאָס פאר א טײַנעס קאָן מען צו אים האָבן? זאָל מען זיך אָפּטשעפּען פון אים, װײַל ער האָט גענוג דײַגעס אָן איר זון..
10
און פּעסיע האָט זיך, נעבעך, אומגעקערט אף איר אָרט מיט אָפּגעשלאָגענע פליגל. זי האָט פארשטאנען, אז אומזיסט און אומנישט איז זי אָנגעפאלן אף איר שויעלן, װאָס איז געווען, נעבעך, גאָט די נעשאָמע שולדיק.
קאפּיטל פיר און צוואנציק אין וועג איז ניט אומעטיק
דאכט זיך, אז קיינער פון די אויסגעמאטערטע פּאסאזשירן האָט זיך ניט פאָרגעשטעלט, אז דער וועג האָט ניט קיין אָנהײב, ניט קיין סאָף.
מע האָט שוין פארגעסן אינעם כעזשבן, װוּ מע האלט אין דער וועלט.
די ערשטע עטלעכע טעג, װען מע האָט געקוקט אין פענצטער, האָט מען געזען גרויסע און קלענערע סטאנציעס, װאָקזאלן, איבערפולט מיט מענטשן, ועלכע לויפן צעהיצטע און צעפּאליעטע מיט זייערע טשעמאָדאנעס, זעק און פּעק. װוּהין אײַלן אזויפיל מענטשן? װוּהין טראָגן זי זיך? עס גיסן רעגנס, ס'בלאָזן װינטן, ס'איז א ראש און א טומל, מע טראָגט זיך עהנעץ -- עק װעלטו
פארװאָס קאָן מען ניט, טראכט זיך שויעל, זיצן אינדערהיים און זיך ווארעמען, זיך אויסרוען די ביינער? דערצו נאָך, דארף מען דאָך האָבן א בײַטל געלט אף קויפן בילעטן מיט פּלאצקארטעס, קויפן דאָס און יענץ, מע זאָל אין װועג ניט כאלעשן פון הונגער.
אָט ער מיט פּעסיען, מיט די איבערוואנדערער, מיט מוישע ראביינו, מיט אָט דעם יונגנמאן פון בערשאד, דעם אפּטײקער מיט די גרויסע ברילן, אָט די גאנצע כעװרײַע -- זי פאָרן אף א נײַ אָרט, קיין ניראָבידזשאן אפן מעלוכישן כעזשבן. ער מיט פּעסיען מיט די קינדער פּאָרן צום בענאָק, נאָך וועלכן מע האָט זיך שטארק פארבענקט, נאָר װוּהין טראָגט זיך ארום אָט די כוואליע מענטשן פון יענער זײַט וואגאָזדפענצטער?
א מאָדנע באשעפעניש דער מענטש! ער קאָן ניט אײַנזיצן אף איין אָרט. פארלאָזט די היים אין מיינט, אז אין װעג װעט אים זײַן בעסער, פריילעכער. א נעכטיקער טאָג!
װאָס װײַטער מע איז אָפּגעפאָרן פון די היימישע מעקוימעס, אלץ מער האָבן זיך געענדערט די בילדער פון יענער זײַט פענצטער. שיין װײניקער גרויסע רוישיקע סטאנציעס און װאָקזאלן, אלץ מערער פּאַלוסטאנקעס, דערפלעך. עס האָבן זיך שוין לאנג אױסגעלאָזט די סאָסנאָװע װעלדער, וועלכע זײַנען געשטאנען בא ביידע זײַטן פון אײַזנבא-װעג, עס האָבן זיך אויסגעשטעלט באם סאמע װעג אַנגעכמו- רעטע, אָנגעדראָלענע יעלן מיט ברייט:צעװאָרפענע קרוינען, װי זיי װאָלטן געווען אומצופרידן, װאָס עס קומט זיי דאָ אויס שטיין און אָפּהיטן דעם אומעטיקן ארום.
און מענטשן אף די סטאנציעס האָבן עפּעס אויך אויסגעזען אָנגעכמורעט, אומצופרידן. עמעס, פון מאָל צו מאָל זײַנען די יעלן אָפּגעטראָטן, און ס'האָבן זיך געיאוועט יונגע און אלטע בערעועס, װײַסע, ציכטיקע, צוגעפּוצטע, װי זיי זאָלן זיך גרייטן צו א יאָמטעװ, און, קוקנדיק אף זיי, איז געװאָר ליכטיקער און פריילעכער אפן הארצן...
דער אוילעם איז געזעסן אין די ואגאָנען. מע האָט שוין איבערגעשפּילט אין אלע שפּילן, זיך דורכגעווערטלט מיט אלע שכיינים, זיך אָנגערעדט, װי א פּױק אף א כאסענע, און קיין סאָף צו דער רײַזע האָט מען נאָך אלץ ניט געזען. װען דער צוג האָט זיך אָפּנעשטעלט, איז מען פון די וואגאָנען אראָפּגעשפּרונגען מיט די קעסעלעך, טעפּלעך און טשײַניקעס, זיך אװעקגעלאָזט אהין, װוּ מע האָט פאר די פּאסאזשירן צוגעגרייט דעם ווארמעס, דאָס ביסל געקעכטס. לעבעדיק איז דאן געװאָרן אין די וואגאָנען, מע האָט זיך גענומען פאר דער אכילע...
ווען שויעל האָט גענומען זײַן שיסעלע מיטן ביסל געקעכטס און זיך צוגעזעצט איבערכאפּן דעם הונגער, האָט זיך לעבן אים צוגעשארט כייפעץ, דער אפּטײקער פון בערשאד. ער האָט שטארק ליב געהאט הערן שויעלס דערציילונגען, זײַנע כאָכמעס. און צוליב זײַנע גרויסע דיקע ברילן, האָט דער יונגערמאן, װי נאָר ער האָט זיך צוגעזעצט לעבן שויעלן, אזוי איז ער גלײַך פריילעכער געװאָרן, ער האָט אפילע דעם בוך אָפּגעלײגט אין א זײַט.
-- איר װייסט, רעב שויעל, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, -- האָט זיך אַנגערופן כייפעץ, אײַ- קוקנדיק זיך אין די שווארצע וועלדער, װאָס זײַנען געלאָפן פון יענער זײַט פענצטער, -- וי נאָר איך האָכ זיך פארשריבן אף דער פּערעסעלעניע, האָב איך זיך גלײַך גענומען פאר די ביכער, א קוק טאָן, װאָס איז דאָס פאר א קאנט ביראָבידזשאן? א סאך געליענט. א גװאלדאָװנע רײַכער קאנטו נאָר איך האָב זיך ניט פאָרגעשטעלט, אז דאָס איז אזוי װײַט און מע דארף אזוי לאנג פאָרן אהין...
11
-- נישקאַשע, טײַערער, ניט געזאָרגט. דעריקער -- ניט געזאָרגט! יעדער װעג, אוב ער האָט אן אָנהײב, מוז ער האָבן א סאָף... -- האָט, אויסװישנדיק מיט א שטיקל פּאפּיר דעם לעפל, געזאָגט שויעל. -- צופוס גייט מען ניט? עסן גיט מען? איז מאכעטייסע! מע װעט כאָטש זען א װעלט... דאָס, װאָס מיר זעען, האָט זיך אונדז אפילע ניט געכאָלעמט... קאָלזמאן אונדזער מוישע ראביינו זאָרגט פאר אונדז, װעלן מיר ניט פארפאלן װערן. מע לאכט פון אים, מע טרײַבט קאטאָועס, נאָר ער זאָרגט גוט אין װעג פארן אוילעם. זאָל אים געבן גאָט געזונט און קויכעס. לויט דעם, װי עס קומען אונדז אנטקעגן נײַע ביימער, די טײַגע, איז א סימען, אז מיר דערנעענטערן זיך...
-- יאָ, מיר דערנעענטערן זיך, -- האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ כייפעץ. -- שוין עטלעכע טעג, װי איך זע פון יענער זײַט פענצטער די טײַגע, נאָר עס איז נאָך אפּאַנעם גאנץ װײַט. װי זאָגט עס דאָס אוקראינישע װערטל: ,ביז די זון װעט אופגיין, װעט די ראָסע די אױגן אופעסן."
-- ניט געזאָרגט, ברודער-לעבן, -- האָט איבערגעשלאָגן שויעל, -- איך גלייב, אז אונדזער מוישע ראביינו װעט אונדז דערפירן קיין ביראָבידזשאן גיכער, װי יענער, דער ביבלישער מוישע, האָט געפירט די ייִדן פון מיצראיִם איבערן מידבער... דאכט מיר, פערציק יאָר?
-- וויפל, וויפל? -- האָט זיך געכאפּט פארן קאָפּ דער בערשאדער אפּטײקער. -- פערציק יאָר האָט ער געפירט זײַנע פּערעסעלענצעס איבערן מידבער?
-- איך ווייס? מע זאָגט אזוי... פערציק קײַלעכיקע יאָר האָט ער זיי, נעבעך, געפירט... פערציק, וי איין טאָג...
-- װאָס זשע, עס איז געווען אזוי װײַט?
-- גיין, גאָרניט װײַט. נאָר אזוי האָט דער אלטער מוישע ראביינו אויסגעכעזשבנט. כאָטש מע האָט געקאָנט דערגיין פאר עטלעכע טעג, ניט מער...
-- זעט אויס, די טיפע זאמדן פון מידבער האָבן אים געשטערט, די גרויסע היצן.. קיין צוג איז דעמלט ניט געוען.
-- ניין, ברודערקע, -- האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ שויעל, -- איר האָט ניט געטראָפן. ניט דאָס, ניט יענץ... װי מע גיט איבער, איז מוישע ראביינו געװען ניט קיין נאר. אפילע א שטיקל כאָכעם, אויב איר ווילט... -- האָט שױיעל זיך אָנגערופן און, זעענדיק, װי דער בערשאדער און די ארומיקע מענטשן, וועלכע זײַנען זיך צו דעם װוינקל צונויפגעגאנגען, הערן מיט קאָפּ, האָט ער פאָרגעזעצט:
-- ווען יענער מוישע האָט ארויסגעפירט די ייִדן פון מיצראיִם, האָט ער טאקע געטראכט, אז ער װעט דאָס געשעפט דורכפירן פאר עטלעכע געציילטע טעג און עס װעט זײַן כײַגעלעבט, פארטיק די פיש! נאָר װאָס זשע, דעם דריטן טאָג האָט ער דערזען, אז זײַן כאליאסטרע איז מעסוקן צעבאלעוועט און ווייסט ניט פון קיין דיסציפּלין, הערט זייער װעגװײַזער, דאָס הייסט, מוישען, װי דעם ווינט אין פעלד. די מענטשן טוען, װאָס זייער לינקע פּיאטע װיל, און כאָטש רעד צום לאָמפּ! ער זאָגט זי אוליסי, און זיי זאָגן -- אוסטריסי, א צעבונטעוועטע טשערעדע, און אויס! עס העלפט ניט מיט גוטן, ניט מיט שלעכטן. ער גיט זיי א קאָמאנדע, און זיי לאכן אים אויס, קוקן אף אים, װי ריאבטשיק אפן טאטן. הער נאָר א מײַסע! גענומען אף זיך אזא אֵל, און זיי...
דער אלטער אין דאן אװועק אין די בערג און זיי געבראכט די צװיי לוכעס, אף װעלכע עס זײַנען אויסגעקריצט די בארימטע האסערעס האדיברעס, די צען געבאָטן, װוּ עס זאָגט זיך: זאָלסט ניט גאנווענען, זאָלסט ניט הארגענען, היט אָפּ דעם אָפּרױטאָג, זוך זיך ניט קיין נײַע געטער, גלוסט ניט צו פרעמדע װײַבער, שאנעווע דײַנע עלטערן, זאָג ניט קיין פאלשע איידעס...
איז, דאכט זיך, גוט, האָט ער געמיינט, -- יענע װעלן זיך דערוויסן וועגן די געבאָטן און זײַן צוד פרידן. נאָר א נעכטיקער טאָג! ביז מוישע איז דאָרט געזעסן באם אייבערשטן אין קאנצעליאריע און מע האָט אויסגעארבעט די צען געבאָטן, האָבן זײַנע כעוורע דאָ, אין מידבער, זיך צוגעטראכט אן אנדער גאָט, און רוף זי קנאקניסל! ער לייענט פאר זיי די געבאָטן, און זיי לאכן פון אים. האקיצער, דערזען אזא מיִעסע געשיכטע, האָט ער זיך באטראכט: ניין, ברידערלעך, מיט אזא כאליאסטרע װעסטו קיין קאשע ניט אָפּקאָכן. א רועך אין אײַער טאטנס טאטע! -- איז מוישע ארײַן אין גרימצאָרן. -- וויבאלד איר זײַט אזעלכע פּאסקודניאקעס, װעל איך אײַך אָפּטאָן א שפּיצל, איך װעל מיט אײַך ריידן גאָר אנדערש. איר װעט דאָ בא מיר בלאָנדזשען אין דער מידבער א כעזשבן פון אזוינע פערציק יאָר!..
זעליק כייפעץ, דער בערשאדער אפּטײקער, האָט ארױיסגעלאָזט א שטארקן געלעכטער:
-- רעב שויעל, װאָס הייסט -- פערציק יאָר? װאָס איז דאָס פאר א כעזשבן?
-- לאכט ניט, יונגערמאן, װעל איך עס אײַך דערקלערן, װי א פּאַשעטער באלמעלאַכע פארשטייט מיט זײַן קאָפּ... -- האָט אָפּגעשטעלט דאָס געלעכטער שויעל, -- מיינט ניט, דער מוישע איז ניט געווען קיין נאר. ער איז געווען א נאָװי מיט אן אייגענעם קאָפּ. ער האָט באטראכט די זאך אזוי, אז ער טאָר אזא כאליאסטרע ניט פירן צװישן לײַטישע מענטשן. זי זײַנען ניט דערצויגן און זי איבערמאכן איז ניט שײַעך. זי הערן אים פאר א דרײַער. װעט ער זיי פירן איבער דער מידבער פערציק יאָר און
12
פאר דער צײַט װעט אויסוואקסן א נײַער דאָר, װעלכער װעט ניט זײַן אזוי ענלעך אף זייערע טאטע- מאמעס און זיידעס. און מיטן נײַעם דאָר װעט ער ניט פארשעמט װערן. מיט אים, מיטן נײַעם דאָר, װעט ער קאַנען אָפּקאָכן א קאשע...
און װאָס מיינט איר, אזוי איז טאקע געווען, זאָגט די װועלט, פערציק יאָר האָט זיי מוישע געפירט...
-- רעב שויעל, װאָס זשע מיינט איר, אז אונדזער מוישע ראבינו, איך מיין, מוישע פּיניעס װעט מיט אונדז אויך האָבן אזעלכע קלאָפּאָטן, װי יענער מוישע? -- האָט איבערגעשלאָגן כייפעץ. -- איר זעט, סארא סטאטעטשנע מענטשן ער פירט! זײַן װאָרט איז פאר אונדז א געזעץ...
-- געוויס! מיר װעלן קומען אף אן אָרט און זיך גלײַך נעמען צו דער ארבעט... מיר פאָרן ניט
אהין שלאָגן בײַדעקעס... -- האָט ארײַנגעשטעלט עמעצער פון דער זײַט. און א דריטער האָט זיך נעענטער צוגעזעצט צו שויעלן, ארײַנגעקוקט אים אין די אויגן און געזאָגט:
-- איך האָב ניט געװוּסט, פעטער שויעל, אז איר ווייסט אזעלכע שיינע געשיכטעס...
-- ווען דו לערנסט אזויפיל אין כיידער, וויפל איך, װאָלסטו געקענט נאָך שענערע געשיכטעס!..
א רעגע א טראכט געטאָן, האָט שויעל צוגעגעבן:
-- דאָס אלץ האָכ איך אײַך דערציילט, װײַל איך האָב זיך דערמאַנט אין אונדזער ,געזערד" פאָרשטייער, מוישע ראביינו, דאָס הייסט, מוישע פּיניעס. דעם איז א סאך גרינגער, װי יענעם. ער פירט א כאליאמטרע, מיט וועלכע ער װעט קיין גרויסע דײַגעס ניט האָבן. אלע באלמעלאָכעס. מע װעט קומען און ניט דולן א כפּאָדעק, זיך גלײַך נעמען צו דער ארבעט... יאָ, אגעוו, כאווער כייפעץ, װאָס קלײַבט איר זיך טאָן, װען איר װעט קומען אהין? אויב, פארשטייט זיך, דאָס איז ניט קיין סאָד?
-- כאסװעכאָלילע! װאָס אין דאָס פאר א סאָד? -- האָט יענער זיך אָנגערופן. -- ריישיס-קאַל, פאָר איך אף א ראזוועדקע. אין בערשאד האָב איך איבערגעלאָזט א װײַב מיט צװיי קינדער. איך װעל זיך אײַנאָרדענען, קריגן א דאך איבערן קאָפּ, װעל איך זי ארויסרופן...
-- איך מיין, מיט װאָס קלערט איר זיך דאָרט באשעפטיקן?
-- דעם עמעס געזאָגט, ווייס איך נאָך אליין ניט. אין בערשאד האָב איך זיך געפּאַרעט אין אפּטײק, נאָר...
-- װאָס נאָר?..
-- איך האָב א פּאָר יאָר געארבעט לעבן אונדזער אלטן אפּטײקער ספּעקטאָרן, און עס איז געווען גאנץ פײַן. איז אָבער אראָפּגעקומען קיין בערשאד א קאָמיסיע און מיך גענומען אפן צימבל, גענומען אויספרעגן, װי קומט, הייסט עס, די קאץ איבערן וואסער, װי קום איך צו דער אפּטײק? זאָג איך זיי, אז אף קיין אפּטײקער האָב איך זיך ניט געלערנט, נאָר דער אלטער אפּטײקער ספּעקטאָר האָט מיך גענומען צו זיך. קוקט אף מיר די קאָמיסיע, װי אף א מעשוגענעם, און אף דעם אלטן פּראַ װיזאָר, װי אף א פארברעכער. װאָס היסט, זאָגט די קאָמיסיע, איר נעמט ארבעטן אין אפּטײק א מענטשן, װאָס האָט ניט קיין בילדונג און װײסט ניט װעגן פּראָװיזאָרײַ? ער קאָן דאָך אָפּסאמען!.. װאָס דארף איך אײַך א סאך ברײַען, פון דער אפּטײיק האָט מען מיר געוויזן דעם וועג. דאָס הייסט, אַן א דיפּלאָם טאָר איך די שװעל פון אן אפּטײק ניט אריבערטרעטן... איצט ווייס איך ניט, צי װעל איך דאָרטן, אין ביראַכידזשאן, קאָנען אָנקומען אין אפּטײק...
-- אוואדע ניט! -- האָט באשלאָסן שויעל, -- איר קאַנט דאָך טאקע אָפּסאמען מענטשן. שלאָגט זיך ארויס פונעם קאָפּ אפּטײקערײַ... װאָס זשע, אין ביראָבידזשאן איז ניט כאָוועטסקע ולאסט? װאָס הייסט, מע װעט אײַך נעמען אין אפּטײק, אז איר ווייסט ניט פונדאנען אהין?!..
אויסגעווישט מיט א טיכעלע דעם פארשוויצטן שטערן, האָט שויעל געפרעגט:
-- נו, און ביז דער אפּטײק, מיט װאָס האָט איר זיך פארנומען? איר האָט דאָך, זאָגט איר, א װײַב מיט צוויי קינדער. װוּ זשע האָט איר געארבעט? איר האָט עפּעס א מעלאָכע אין די הענט?
-- געוויס... איך בין געווען א גלעזער...
-- װאָס זשע האָט איר געדארפט האָבן אפּטײקערײַ? -- האָט זיך פארװונדערט שױיעל, -- איר האָט דאָך א גאָלדענע מעלאָכע אין די הענט, װאָס זשע האָט איר זיך געדארפט פארנעמען מיט נארישקײַטן? אָט איך בין א זיפּנמאכער, נאָר איך פארשטיי, אז ביראָבידזשאן האָט גענוג זיפּן אָן מײַנע. װאָס זשע מיינט איר, װעל איך ארומגיין מיט פארלייגטע הענט און ציילן די שטערן? מײַן בענאָק האָט זיך דאָרטן געשטעלט בויען הײַזער, װעל איך זיך נעמען פאר סטאָליערײַ. דאָס איז איצט נייטי- קער, װי מאכן זיפּן, אָדער שטיין אין אפּטײק און ניט װיסן פונדאנען אהין. איז הערט מיט קאָפּו פאָלגט מיך. פארגעסט די אפּטײק. איר טויגט ניט פאר פּראָװיזאָרײַ. דאָס הייסט, איך זע, אז טויגן טויגט איר, נאָר ניט פאר קיין פּראָװיזאָר... איר פארשטייט מיך? װעלן מיר מיט אײַך זיך שטעלן צו דער ארבעט -- איך סטאָליערײַ, און איר, אדויני כייפעץ, װעט גלעזן טאפליעס. דאָס אין איצט א סאך לײַטישער. אין אפּטײק זאָלן גרייטן די פּראָשקעס מיידלעך, װײַבלעך, וועלכע לערנען דערוף און וועלן ניט סאמען די כאלאַיִם.
13
דער בערשאדער יונגערמאן האָט זיך צעשײַנט:
-- איר װייסט, רעב שויעל, עפשער זײַט איר טאקע גערעכט! איך װעל זיך שטעלן ארבעטן לעבן אײַך. איך װעל זײַן צופרידן, אוב איר װעט מיך ארײַנעמען אין אײַער בריגאדע... איך װעל זיך סטארען...
שויעל האָט זיך פאנאנדערגעלאכט:
-- אָדאָ. איר הערט, דער בערשאדער אפּטײקער גייט שוין צו מיר אין דער בריגאדע! מיך האָט ער שוין, הייסט עס, באשטעטיקט פאר א בריגאדיר און ער װעט בא מיר גלעזן די פענצטער... זייער פײַן פון זײַן זײַט! ער איז שוין פארטיק, דער אפּטײקער! איך האָב זיך גראדע דערמאַנט אין א גע" שיכטע, װאָס איז געשען מיט אונדזערן א קוימענקערער, װאָס איז געװען א ביסל ענלעך אף הער" שעלע אָסטראָפּאָליער. ער איז אמאָל ארײַנגעקומען אין דער שנײַדערשער קלויז און רופט זיך אָן צום אוילעם, װאָס האָט געענדיקט דאוונען: ,ייַדן, זײַט אזוי גוט און העלפט מיר. גיט מיר א גמילעס" כעסעד, איך דארף טייקעף א הונדערטער אף א פּאָר כאדאָשים..." -- ;װאָס דארפסטו אזוי נאשפּיץ א גאנצן הונדערטער?" -- ,א הונדערטער, קעדיי אװועקשטעלן אף דער שטוב מײַנער, װאָס איך בױ איצט, א דאך.." -- ,מעשוגע ביסטו? ביסט דאָך א קאפּצן אין זיבן פּאָלעס. װאָס פאר א שטוב בויסטו? װאָס פאר א דאך?" -- מאכט ער צום אוילעם: ,איר פארשטייט, איך פארמאָג פיר טעכטער און קיין גראַשן געלט אף נאדן, ליג איך מיט זי נײַן איילן אין דר'ערד, האָט איר שוין א פונ" דאמענט פאר דער שטוב. אנדערע שכיינים האָבן װײַבער, װעלכע קענען צונויפירן א ואנט מיט א וואנט. מײַנע קאַן אויך אין איין מינוט צונויפירן פיר װענט, בין איך שוין מיט װענט אויך באװאָרנט. איצט װען איר אנטלײַט מיר א הונדערטער אף א דאך, װאָלט איך שוין געהאט אן אייגענע שטוב..." איר הערט, װאָס כייפעץ זאָגט, ער װיל שוין ארײַן צו מיר אין בריגאדע... קורץ גערעדט, מײַן טײַע רער, -- האָט פארענדיקט שויעל, -- מיר װעלן מיט אײַך קומען אף אן אָרט, זאָלט איר זיך האלטן נעענטער לעבן מיר און איר װעט ניט פארפאלן װערן. איין זאך װיל איך פון אײַך, איר זאָלט זיך דאָרטן אפילע ניט פארהיקען, אז איר האָט געהאט א שײַכעס צו אפּטײקערײַ אין בערשאד, מע זאָל פון אײַך ניט לאכן, װײַל איר זײַט, זע איך, אזא אפּטײקער, װי איך בין א רעבעצן! איר דארפט זיך דערמאַנען אין אײַער אלטער פּראָפּעסיע -- איר זײַט א גלעזער, און אזא מעלאָכע, װי בא אײַך, װעט מען געוויס דאָרטן פארצוקערן. אויב איר פאָרט קיין ביראָבידזשאן, דארף מען דאָרטן אונטער- שטעלן א פּלײצע!
פּעסיע האָט זיך אין איר ווינקל מעסוקן געבייזערט. איר מאן האָט זיך אינגאנצן אָפּגעשלאָגן פון די הענט. זי זעט אים ניט און הערט אים ניט. גאנצע טעג און נעכט זיצט ער דאָרטן, אין יענעם ווינקל, װוּ עס האָט זיך צונויפגענומען א גאנצע בראנזשע איבערוואנדערער און אָדער מע דערציילט איינער דעם אנדערן באָבעמײַסעס, אָדער מע קלאפּט אין ביינדלעך! מע לאָזט ניט ארויס פון מױיל דעם ,געזערד"-פאָרשטייער, וועלכן מע האָט א צונעמעניש געגעבן ,, מוישע ראביינן".
אן אנדערער אף זײַן אָרט װאָלט זיך געוויס באלײידיקט, נאָר ער האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט. עס ארט אים ניט! פארקערט, ער לאכט אויך באגלײַך מיט אלעמען. ער געהערט, דאכט זיך, צו יענע מענטשן, וועלכע האָבן לִיב, אז מענטשן גייען ניט ארום מיט אראָפּגעלאָזטע קעפּ. אז עס איז זיי, די מענטשן, גוט אפן הארצן, איז אים ניכע!
פארטאָן אין איר ארבעט, האָט פּעסיע ניט באמערקט, װי די צײַט גייט, און דאָך האָט זי דער" פילט א מוירעדיקע מידקײַט. זי האָט זיך ניט פאָרגעשעלט, וויפל נאָך קאָן זיך ציִען די רײַזע? זי האָט שוין אױסגעשטריקט ווארעמע זאָקן פאר אלע קינדער און זיך געגרייט שטריקן הענטשקעס פאר דאָװידן. די ארומיקע זײַנען איר מעקאנע געווען, װאָס די ארבעט גייט בא איר, װי א מיזמער. עס ברענט מאמעש אונטער אירע הענט.
און זי האָט זיך ניט אופגעהערט מאטערן, קוקנדיק אין פענצטער פון מאָל צו מאָל, װוּ עס איז געלאָפן אנטקעגן די טײַגע און מע האָט ניט געזען, זי זאָל זיך אמאָל אױסלאָזן.
דער רועך ווייסט עס, װער האָט עס אויסגעטראכט, אז די ערד איז קײַלעכיק! פּוסטע קעפּ! מע האָט ניט װאָס צו טאָן, טראכט מען אויס. ווילדע זאכן. װען זי האָט געװוינט אין באפּאָליע און פון יענער זײַט שטעטל ניט ארױיסגעפאָרן, האָט זי נאָך אין דער באָבעמײַסע געגלייבט און איצט -- בעשום" אויפן ניט!
קלוגע מענטשן זאָגן דאָך, אז עס איז בעסער איין מאָל זען, איידער הונדערט מאָל הערן. אָט לויפט פאר אירע אויגן שוין דעם וויפלטן מעסלעס דער וועג. נו, און װוּ איז ער קײַלעכיק? װוּ פאד- קערעװעט ער? וועלדער, טײַגע,. בלאָטעס, זומפּן און װידער בלאָטעס און טײַגע. ערטערװײַז זעט מען פון ביידע זײַטן װעג אלטע ביימער -- ריזן, און אָט גייען אוועק קלײנװוּקסיקע ביימלעך, קוסטעס. אייניקע זײַנען ארויסגעריסן מיט די װאָרצלען, -- זעט אויס, דאָס האָט דאָ א הוליע געטאָן א שטו" רעמװוינט. װערסטן טראָגן זיך דורך, נאָר איר זאָלט געבן א רענדל פאר א מענטשן! מע זעט ניט
*ן
14
קיין לעבעדיקע באשעפעניש. אָפטמאָל, עמעס, זעט מען אין דער טײַגע-געדיכטעניש דורכלויפן עט" לעכע הירשן. זיי שטעלן זיך אָפּ, קערן אויס די קעפּ צום לאָקאָמאָטיװו און בלײַבן שטיין, װי פאר" גליווערט, קוקן זיך אײַן אף די לויפנדיקע וואגאָנען און װערן מיטאמאָל נעלעם. אָט שלאָגן זיך דורך דורך די קוסטעס עטלעכע װילדע כאזיירים, שטעלן זיך אָפּ אין דער געדיכטער בלאָטע בא א זומפּ און נעמען גראָבן מיט די נעזער, איבערקערנדיק, װי מיט לאָפּעטעס, די ערד. אָט װערט צװישן זי א געשלעג, א געשריי. די קינדער װערן צוגעוואקסן צו די פענצטער און קוקן מיט געלעכטער און טומל אף די מאָדנע באשעפענישן, וועלכע מע האָט צום ערשטן מאָל אין לעבן דערזען...
יאָ, געוויס, -- טראכט פּעסיע, -- די װעלט האָט ניט קיין עק און די ערד אין ניט קײַלעכיק. זי באשטייט פון הוילע װעלדער און זומפּן, בלאָטעס און סליאָטעס. פּעסיע שטעלט זיך ניט פאָר, פארװאָס שרײַבט איר דאָװידקע אזעלכע באגײַסטערטע בריוו און האלט, אז ער איז ארײַנגעפאלן אין א שטיקל גאניידן? נישקאָשע, זי װעט זיך דאָ לאנג ניט פארהאלטן. זי װעט זיך באגעגענען מיטן בענאָק, אװועקנעמען אים אהיים און דערמיט װעט זיך אָט די שוערע נעסיע ענדיקן. ניין, זאָל מען איר זאָגן, װאָס מע וויל, נאָר װי עס זאָל ניט זײַן איצט שווער אין באפּאָליע, װעט זי דאָס שטעטל ניט פארבײַטן אף אָט דעם װילדן קאנט. ער מעג זײַן פול מיט רײַכקײַט, מיט קוילן און נאפט, מיט אײַזן און מירמל, מיט זילבער און גאָלד.
איר איז גענוג, װאָס זי האָט געהאט אינדערהיים. נאָך א גליק, װאָס זי האָט ניט פארקויפט דאָרטן די שטוב און האָט װוּהין זיך אומקערן...
פארטיפט אין אירע אומרויקע געדאנקען, האָט זי ניט באמערקט, װי עס האָט זיך אונטערגעגאנ- ועט צו איר שויעל. דאָס פּאָנעם זײַנס האָט געשײַנט.
-- אָט האָסטו דיר די צווייטע טעג יאָמטעװ!. -- האָט זי א פּאטש געטאָן מיט ביידע הענט איבער דער ברייטער קלייד. -- װאָס קװועלסטו אזוי, װי א באַקסער? װאָס איז בא דיר אזוי לעבעדיק אף דער נעשאַמע? האָסט עפשער אױיסגעװוּנען אין די ביינדלעך א מאיאָנטעק, צי געפונען אן אױיצער?
-- ניין, פּעסיע, נאָך בעסערס! איך האָב גאָר א נײַעם, א לעבעדיקן גרוס פון אונדזער טאכשיט, פון דאָװידקען...
-- װאָס זאָגסטו?! װאָס פאר א גרוס? רעד לאָשן!.. װעז? װאָס? װער? דערצייל, נעם ניט ארויס די נעשאָמע, װער האָט דיר איבערגעגעבן א גרוס פון דאָװידקען?
-- מוישע ראביינו... -- האָט ער שטילערהייט געזאָגט, און זי האָט געקוקט אפן מאן, װי אף א מעשוגענעם. זיך אפילע עטװאָס גענומען אַפּרוקן פון אים.
-- װאָס רעדסטו? װאָס פאר א מוישע ראביינו?..
-- ניט יענער, דער אמאָליקער, נאָר אונדזער נײַער מוישע ראביינו. דער , געזערד"-פאָרשטײער, מוישע פּיניעס, װאָס באגלייט אונדזער עשעלאָן קיין ביראָבידזשאן...
-- טפו, אף מײַנע סאָנימס קעפּ! און איך האָב געמיינט, אז דו ביסט שוין פארן װעג געװאָרן אױיװערבאָטל... איז װאָס פאר א גרוס? זאָג מיר שוין גיכער און נעם ניט ארויס די נעשאָמע.
-- נו, װאָס זאָל איך דיר זאָגן? ער האָט זיך דערװוּסט, אז מײַן פאמיליע איז מאזור, האָט ער געזאָגט, אז פאראיאָרן אין דער צײַט האָט ער אויך באגלייט אזא עשעלאָן קיין ביראָבידזשאן. און ווען דער צוג איז שוין אָפּגעגאן, האָט ער אין איינעם א ואגאָן דערזען א ייַנגל, װאָס איז ניט געווען בא אים אין צעטל, און ער, מוישע ראביינו, האָט אים געזאָלט אראָפּטרײַבן פון צוג, נאָר עפּעס א מיידל האָט פאר אים שטארק געבעטן, האָט ער אים ניט דורכגעטריבן...
-- פונוואנען זשע נעמסטו, אז דאָס איז גראדע געווען אונדזער דאָװידקע?
-- מוישע ראביינו האָט געזאָגט, אז יענעמס פאמיליע איז, דאכט אים, אויך געװען מאזור...
-- נו, איז איין ראבע קו אף דער ועלט?
-- האָב איך אויך אזוי געמיינט, נאָר יענער האָט געזאָגט, אז מיט דעם מאזורן איז געווען נאָך א ייַנגל, א געלער מיט א הינקעדיקן פוס. וויבאלד אזוי, האָב איך זיך באטראכט, האָט עס געדארפט זײַן יאַשקע, זאלמען דעם באָנדערס בענאָק...
-- פארװאָס זשע האָסטו ניט אויסגעפרעגט פּינקטלעך?..
-- איך האָב געװאָלט אויספרעגן... אָבער מיר דאכט זיך, ער האָט זיך דערמאַנט...
-- דיר דאכט זיך! שטענדיק דאכט זיך דיר! פון , מיר דאכט זיך" װעסטו קיין קוילעטש ניט אָפּבאקן... און מיר דאכט זיך, אז אפן בוידעם איז הײַנט א יאריד... אז גענדז גײיען באָרװעס און הינער אָן פּלודערן. הער נאָר די שיינע מײַסע, נאָר א קורצע. זיך ניט געקענט דערוויסן פּינקטלעך? װוּ איז ער, דײַן מוישע פּיניעס? איך װעל אליין גיין זיך בא אים דערפרעגן... -- און זי האָט זיך האסטיק אופגעהויבן פונעם אָרט, פאריכט די האָר, וועלכע האָבן זיך ארויסגעשלאָגן פון אונטער דער פאטשיילע, און זיך געלאָזט גיין אין צווייטן עק וואגאָן.
זי האָט זיך דורכגעשטויסן אין עק װאגאָן, װוּ עס איז געזעסן לעבן טישל דער געזערד" פאָרשטייער, פארטיפט אין די פּאפּירן,. די קעפּקע האָט זיך געדרייט אף זײַן קאָפּ. ער אין געװען
15
פארדײַגעט, און פּעסיע האָט זיך אָפּגעשטעלט, א טראכט געטאָן, צי דארף זי אים אין דער רעגע א פרעג טאָן? נאָר ער, דערפילנדיק אף זיך א זײַטיקן בליק, האָט א קוק געטאָן אף דער פרוי און מיט קאס זיך אָנגערופן:
-- בירגערן, איר זעט ניט, אז איך בין פארנומען?..
פּעסיע האָט זיך א ביסל פארלוירן,. שוין געװאָלט אָפּטרעטן, נאָר זיך דאָך אָנגערופן:
-- איר האָט געזאָגט מײַן מאן, שויעל מאזורן, אז איר האָט פאראיאָרן געפירט מײַן זון, דאָװיד- קען... איר האָט פון אים א גרוס?..
מוישע פּינוס האָט זיך. פארקרימט:
-- איך האָב שוין אהער געבראכט מער װי צען עשעלאָנען איבערוואנדערער, װי זשע, פאר" שטייט איר, קאָן איך אלעמען פארגעדענקען בא די נעמען? ווען איר װײיסט, וויפל דײַגעס איך האָב מיט אײַך, װאָלט איר א ביסל ראכמאַנעס געהאט אף מיר און װאָלט מיך ניט געטשעפּעט מיט זײַטיקע זאכן...
-- איך טשעפּע אײַך ניט, כאָלילע, יונגערמאן... -- האָט זי זיך אָנגערופן. -- נאָר אָפּגעבן מענטשן א גוטן גרוס, איז שטענדיק געװוען א מיצווע.. עפשער האָט איר טאקע באגעגנט מײַן דאָװידקען?
-- זאָגט מיר נאָר, -- האָט ער זיך שוין אפאנעמעסן צעבייזערט, -- איר װעט מיך לאָזן זיך פארנעמען מיט מײַנע איניאָנים? אָט װעט איר שוין אינגיכן קומען אפן אָרט, װעט איר זוכן אײַער זון... נאָר איך האָב זיך דערמאַנט זײַן נאָמען: דאָװיד...
זי האָט א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען און אָפּגעגאנגען פון דעם בייזלעכן פּארשוין.
דער צוג האָט אײַנגעשטילט דעם גאנג, אַנגעהױבן גיין געלאסענער, מע האָט זיך דערנעענטערט צו א גרעסערער סטאנציע. עטלעכע מאנצבלען האָבן געכאפּט די קעסעלעך, טשײַניקעס און זיך געלאָזט צום ארויסגאנג. מע האָט געדארפט באװײַזן פאר דער קורצער צײַט, װאָס דער צוג װעט שטיין אף דער סטאנציע, באקומען פארן אוילעם ברויט און געקעכטס,
אינעם שמאָלן קאָרידאָר האָט פּעסיע זיך צונויפגעשטויסן מיט שויעלן, װאָס האָט געהאלטן צוויי טשײַניקעס. דערזען, װי זי איז אופגעבראכט, האָט שויעל פארשטאנען, אז קיין גאָר געהויבענעם אום- נאם האָט זי בא מוישע ראביינון ניט געהאט, און קיין גרוס פון דאָװידקען -- אוואדע ניט אָפּגענומען. איז ער פארבײַגעגאנגען, שויעל, זיך ניט פארהאלטן לעבן דער פּלױנעסטע. ער האָט די באגעגעניש אָפּגעלײגט אף שפּעטער, עס זאָל זיך ניט באקומען אפן ניכטערן הארצן...
לוט זײַן אלטער דערפארונג האָט ער געװוסט, אז פון א חונגעריק װײַב דארף מען אף קיין קאָװעד ניט ווארטן. איז גלײַכער די באגעגעניש אָפּלײגן אף עטװאָס שפּעטער, װען מע װעט ארײַנ- ברענגען אין וואגאָן דאָס ביסל געקעכטס מיט די טשײַניקעס טיי.
זי װעט איבערכאפּן דעם הונגער, װעט איר הארץ װערן ווייכער...
קאפּיטל פינף און צוואנציק
בעסער איין מאָל זען, איידער הונדערט מאָל הערן
דער הימל, װאָס איז געהאנגען איבערן עשעלאָן די לעצטע עטלעכע טעג, איז שטארק ענלעך געווען אף דער טײַגע. אויך אזא אָנגעדראָלענער, נאסער, שטרענגער, און קאליע געמאכט די שטימונג.
פּעסיען האָט זיך געדאכט, אז מער װעט זיך דאָ ביכלאל די זון ניט באװײַזן, און די ארומיקע וועלט װעט זיך אף קיין האָר ניט ענדערן. די גאנצע צײַט האלט מען אין איין אײַנרײדן די איבער- וואנדערער, אז אָט-אָט, נאָך א פּאָר טעג, נאָך עטלעכע הונדערט קילאָמעטער, און מע װעט שוין זײַן אף אן אָרט. נאָר א נעכטיקער טאָג! מע זעט ניט און מע הערט ניט!
זי האָט שוין אלץ זעלטענער געקוקט אין פענצטער, װאָס עס טוט זיך פון יענער זײַט, און ניט געגלייבט, אז דער װעטער װעט דאָ װערן א קאפּעלע בעסער.
לוט דעם, װי עס האָט פון יענער זײַט פענצטער געמאַרדעװעט מיט די ביימער און קוסטעס, איז געווען צו זען, אז עס האלט באם אויסברעכן א שניי, א רעגן, צי דער רועך װייסט װאָס. איז טאקע װאָס איז דאָ דער כידעש, אויב די גאנצע צײַט האָבן זיך אין איר מויעך געראָיעט ווילדע געדאן- קען, עס האָט זי גענומען ציִען װי מיט א מאגנעט אהיים, און זי האָט שוין בא זיך באשטימט, אז זי וועט זיך אין ביראָבידזשאן ניט לאנג פארהאלטן, מע זאָל איר אפילע אָנשיטן א זאק מיט גאָלד.
סארא ווילדער קאנט! סארא ועג -- ניט קיין אָנהייב, ניט קיין סאָף. זי קוקט זיך אײַן אין פענצי טער און זעט, אז ארום האָט קיין מענטשישער פוס ניט געטראָטן, איז צוליב װאָס פארפירט מען אהין מענטשן?..
1--35 16
נאָר הײַנט איז זי אופגעשטאנען אין גאָר א פײַנער שטימונג.
די טײַגע איז געװען פארפלייצט מיט זון. קיין סימען פון קיין װוינט. די ביימער און קוסטעס זײַנען געשטאנען אונטער די זוןדשטראלן און אויסגעזען כטאטעטשנע, יאָמטעװדיק. באזונדערס האָבן שימערירט און זיך געכיינדלט די יונגע בערעזעס. פון צײַט צו צײַט זײַנען דורכגעלאָפן פארבײַ ביימער, באשאָטענע מיט װײַסן און ראָזעװן צוויט. און אויב עס איז פאראן צוויט אֹף ביימער, אין א סימען, אז עס ואקסן דאָ אויך פרוכטן. עמעס, אין יענע קאנטן, בא איר, אין פּאָדאָליע, האָבן די ביימער שוין אָפּגעצװיטעט. הייסט עס, אז דער פרילינג קומט אהער אראָפּ עטװאָס שפּעטער, װי דאָרטן. נו, איז װאָס? איז העפקער-פּעטרעשקע? װעט די פרוכט קומען עטװאָס שפּעטער, נאָר װעט קומען! נאַך איין אויספיר האָט פּעסיע געמאכט, אז די זון ווארעמט דאָ ניט ערגער, װי אין באפּאַליע. עמעס, זי באװײַזט זיך ניט אזוי אָפט, װי דאָרטן, נאָר עפשער איז דאָס אויך ניט שרעקלעך? דערצו נאָר, דארף מען זיך צו יעדן אָרט צוגעווינען.
קוק זיך נאָר אײַן, זע, װי דער ארום האָט זיך צעשײַנט אונטער דער ווארעמער זון, אלץ איז מיטאמאָל אופגעלעבט געװאָרן!
דער צוג איז געגאן לאנגזאם, און פּעסיע איז צוגעזאָטן געװאָרן צום פענצטער.
װאָס זעט זי פאר זיך?
אַדאָ, אָט האָבן זיך באוויזן שיינע, הויכע הײַזער, ברייטע גאסן, יאָמטעװדיק פארפּוצטע מענטשן, קינדער שפּילן זיך אין די סעדלעך. עס האָט זיך געדאכט, אז מע איז פּלוצעם ארײַנגעפאָרן אין א שפּאָגל-נײַער וועלט.
זעט נאָר, עמעסע גאסן! אפילע מויערן זעט מען דאָ און דאָרט! מענטשן שטויסן זיך בא די קלייטן. אָט האָט זיך באוויזן א ברייטער טײַך מיט זאמדיקע ברעגן. אָן א שיר שיפלעך הוידען זיד אפן וואסער. אָט שווימט א שיף און בלאָזט פון די קורצע קוימענס געדיכטע שווארצע רויך-קנוילן, װאָס שפּרײטן זיך אפן וואסער.
דער צוג איז ניט דערפאָרן ביז דער גרויסער סטאנציע, װאָס איז פוֹל מיט מענטשן, נאָר ער האָט פארקערעוועט אין א זײַט און זיך אָפּנעשטעלט אין א ,טופּיק".
עס איז דורכגעלאָפן איבער די װאגאָנען דער ,געזערד"-פאָרשטייער מיט זײַן גראָבן פּאַרטפעל אונטערן אָרעם. די צעקנייטשטע קעפּקע איז בא אים געזעסן אפן שפּיץ קאָפּ און שיר ניט אראָפּגע- פאלן. דאָס פּאָנעם -- אָנגעשטרענגט, פארדײַגעט.
-- קינדערלעך, קומט מיט מיר באקומען דעם פּאיאָק! דער אוילעם איז שוין גוט הונגעריק, גיכער קומט, שטייט ניט אָפּו..
עמעצער האָט אים פארטשעפּעט, און ער האָט זיך אף א פּאָר װײַלעס פארהאלטן, און זיך אָנ- גערופן:
-- מיר װעלן דאָ שטיין א פּאַר שאָ, מע קאָן אראָפּקריכן און אױסגלײַכן די ביינער, כאפּן פרישע לופט...
-- און װוּ געפינען מיר זיך, כאווער פּינוס?
-- װאָס זשע, איר זעט דען ניט לוט די גרויסע גאסן, אז מיר זײַנען שוין ניט װײַט פונעם ציל. די לעצטע סטאנציע פאר ביראָבידזשאן. איר זעט אָט יענע אײַזערנע בריק? מירן אריבער. פאָרן די בריק, -- זײַנען מיר שוין אף דער טעריטאָריע פון דער ייִדישער אװטאָנאָמער געגנט!
-- װאָס, אָט דאָס איז עס שוין, כאװער פּאָרשטייער? ענדיקן זיך אונדזערע צאָרעס?
-- און איר װאָס האָט געמיינט, אז מיר װעלן זיך שלעפּן מיטן עשעלאָן אײביק? פון יענער בריק װעט אונדז בלײַבן א פּאָר-דרײַ שאָ פאָרן, זײַנען מיר בא זיך אינדערהיים. פארשטאנען, צי ניט?
הערנדיק מוישעס רײיד, קוקנדיק אף זײַן ליכטיק-געװאָרענעם פּאָנעם, האָט פּעסיע דערפילט, װי עס װערט איר גרינגער אפן הארצן און זי איז אפילע גרייט מויכל זײַן דעם פּארשוין אין דער סאָל- דאטישער גימנאסטיאָרקע דעם אומקאַװעד, װאָס ער האָט איר ערשט ניט לאנג ארויסבאוויזן, װען זי האָט זיך בא אים געװאָלט עפּעס דערוויסן וועגן איר דאָװידקען.
הייסט עס, איז טאקע געבליבן ניט לאנג צו פאָרן און אונדזערע צאָרעס װעלן זיך ענדיקן, מע װעט קאָנען פארלאָזן די ענגע וואגאַנען?..
מוישע פּינוס איז אראָפּגעשפּרונגען פון די וואגאָזטרעפּלעך און נאָך אים אויך אנדערע מאנצ- בלען, און מע האָט זיך אװעקגעלאָזט מיט די קלינגענדיקע קעסעלעך, טשײַניקעס און זעקלעך אין א שמאָל געס?. פרויען, קינדער, עלטערע מענטשן האָבן זיך אראָפּגעדראפּעט פון די טרעפּלעך, זיך ארומ- געקוקט אין אלע זײַטן.
פּעסיע איז אויך ארויס פונעם װאגאָן, אראָפּגענומען די קינדער און זיך דערפילט, װי אין אן אנדער װעלט. די לופט איז געװען פריש, מעכײַעדיק, און עס האָט געשמעקט מיט צוויט, מיט פרישע גרעזלעך.
17
די לופט איז מיט גאָרנישט ניט ערגער, װי בא איר אין באפּאָליע. און דער פרילינג איז ניט ערגער, װי דאָרטן. און דער אוילעם גייט אָנגעטאָן ניט ערגער, װי בא איר אינדערהיים.
שולאמיס, אירע שוועסטערלעך און נאָך עטלעכע קינדער זײַנען געלאָפּן לענגויס די װאגאָנען, געטומלט, געשריַען, געלאכט, זיך געפילט, װי קליינע קעלבלעך, ועלכע האָבן זיך ארויסגעריסן פון דער שטאל אף דער גרינער לאָנקע.
די מאמע איז געשטאנען אף א הויך גרין בערגל און שיר ניט פארשיקערט געװאָרן פון דער מעכײַעדיקער לופט. זי האָט דערהערט פּלוצעם גיכע טריט, און דערשראָקן זיך אומגעקוקט.
כייפעץ, דער בערשאדער אפּטײקער, איז צוגעגאן און, קוים איבערכאפּנדיק דעם אָטעם, זיך אַנגערופן צו איר;
-- מאדאם מאזור, נו, װאָס זאָגט איר עפּעס אף דער פּריראָדע? איך קאָן אײַך שווערן, אז דאָ איז גאָרניט שלעכט. מע האָט אף אונדז אָנגעװאָרפן א סטראשאָק, אז אין די מעקוימעס שטייען שטענדיקע פרעסט, עס איז מעסוקן װוילד און עס וואקסט קלוימערשט גאָרניט... זעט, װי די ביימער צוויטען! א פארגעניגן... הײַנט טוט א קוק, סארא שטאָט עס ליגט ארום, ניט ערגער, װי אונדזערע שטעט... איר זײַט עפּעס א מייוון, סארא פײַנע ערד אין דאָ?
-- איך בין אוואדע א מייוון, -- האָט זי געענטפערט.
-- איך האָב גלײַך פארשטאנען, מאדאם מאזור, -- האָט דער אפּטײקער פּאָרגעזעצט, פאריכטנ- דיק די ברילן אף דער נאָז, -- אויב די מעלוכע האָט באשטימט דאָ מאכן א היים פאר די ייִדן, דארף עס זײַן ניט קיין שלעכט װוינקל... װען דאָ װאָלט געװען שלעכט, װאָלט מען אונדז אהער ניט געשיקט. דאָס לאנד איז גרויס און א פּלאץ פאר אונדז איז געוען װוּ צו געפינען... איר זעט, ויפל ועלדער, טײַכלעך, אַזערעס... איר שטעלט זיך דען פאָר, װאָס עס טוט זיך אין די װעלדער? פאר די יעגער איז דאָ מאמעש א גאניידן... אין די אָזערעס אָן א. שיר פיש...
-- װוּ זשע האָט איר געזען, אז ייִדן זאָלן כאפּן פיש און װערן יעגער! -- האָט פּעסיע א שמייכל געטאָן.
-- װאָס הייסט? מע װעט כאפּן פיש און מע װעט גיין אף יאגד. בא אונדז, אין בערשאד, איז קיינער ניט געגאן אף יאגד, װײַל קיין ווילדע כײַעס זײַנען דאָרטן נישטאָ. און פיש? מישטיינסיגעזאָגט, װאָס פאר א פיש?! פּלאָטעטשקעלעך און קאראסיקלעך גרויס, װי א גענעץ. דאָ זײַנען פאראן אזעלכע פיש, װאָס װעגן צו צען פּוד אָדער מער. און װעלכע כײַעס איר װילט איז אין דער טײַגע דאָ. מיט דער צײַט װעט מען קאָנען שאפן פישער-ארטעלן, יעגער-ארטעלן און מע װעט כאפּן פיש, שיסן װוילדע כײַעס, מאכן היטלען, פּעלצלעך, קעלנער, עס װעט אזש גיין א רויך..
-- נאָר איר זײַט דאָך אן אפּטײקער, װי קומט איר צו יאגד, צו פיש?. -- האָט פּעסיע אָפּגעמאָסטן כייפעצן פון קאָפּ ביז די פיס.
-- מאדאם מאזור, איר טאָרט אזוי ניט ריידן, -- האָט ער זיך א קרים געטאָן, -- ערשטנס, װעל איך מער ניט זײַן קיין אפּטײקער, װײַל איך האָב ניט קיין אָבראזאָוואניע. צװײיטנס, האָב איך א. מע לאָכע, און װעל זיך אומקערן צו איר.
-- װאָס פאר א מעלאָכע האָט איר? יו
-- איך בין א גלעזער... און איך האָב שוין גערעדט מיט אײַער שויעלן, אז ער װעט זיך געמען צו סטאָליערײַ, און איך װעל ארײַנשטעלן טאפליעס.
-- װער זשע װעט אױסשרײַבן די מענטשן פּראָשקעס, אז איר װעט זיך נעמען גלעון פענצטער?
-- װאָס הייסט װער? איך האָב געהערט זאָגן, אז אין ביראָבידזשאן האָט מען שוין געעפנט א מעדיצין-טעכניקום, װעט מען דאָרט לערנען אפּטײקערקעס.
-- אוב אזוי, איז נאָך נישקאָשע... -- האָט פּעסיע געזאָגט, -- און איך האָב זיך שוין דער" שׂראָקן, געמיינט, אז מיר װעלן ניט האָבן קיין אפּטײיקער אין ביראָבידזשאן.
--- מיט דער צײַט װעט דאָרטן, רעכן איך, אלץ זײַן...
-- פונוואנען װוייסט איר, כייפעץ? -- האָט זי אים פארווונדערט אָנגעקוקט, -- װאָס זשע, אי זײַט שוין דאָרטן אמאָל געװען?
--- ניין, איך פאָר, װי איר, דאָס ערשטע מאָל. נאָר איך האָב א טעװע, אז איידער איך פאָר ערגעץ-װוּ, גי איך ארײַן אין ביבליאַטעק, נעם עטלעכע ביכלעך, ועלכע באשרײַבן דאָס נײַע אָרט, און כ'לייען פון אלעף ביז טאָף. וועגן װײַטן מיזרעך האָב איך איבערגעלייענט זייער א סאך, און איך װײס, װאָס פאר א רײַכער קאנט דאָס איז און װאָס מע קאָן דאָרטן דערגרייכן, אוב מע װעט אנ" טערשטעלן א פּלײצע. די מעלוכע האָט אויסגעטיילט א סאך מיטלען און זשאלעוועט גאָרניט...
א טראכט געטאָן א פּאָר װײַלעס, האָט ער פאָרגעזעצט:
-- זאָגט מיר נאָר, מאדאם מאזור, זײַט אזוי גוֹט. אײַך אין געפעלן אָט די שטאָט! -- האָט ער א פיר געטאָן מיט דער האנט איבערן ארום.
-- װאָס זשע, אוואדע געפעלן!..
18
-- איז די דאָזיקע שטאָט שוין אלט א כעזשבן פון קנאפּע הונדערט יאָר? און דאָ ארום איז אמאָל געווען ווילדע טײַגע, בלאָטעס. און אויב אונדזער אוילעם װעט זיך ניט פוילן, מיין איך, אז אין א שטיק צײַט ארום װעלן מיר אויך האָבן פּונקט אזא שטאָט, עפשער נאָך א שענערע.
-- פארװאָס מיינט איר אזוי, כאווער כייפעץ?
-- א פּאַשעטע זאך, -- האָט ער גענומען איר דערװײַזן, -- װען מע האָט אָנגעהױבן בויען אָט די שטאָט, איז נאָך די סאָװועטסקע וולאסט ניט געווען, און יעדער איינציקער באלעבאָס האָט געבויט שטיבלעך לוט זײַן פארשטאנד און זײַן בײַטעלע... אף בויען אין ביראַבידזשאן די שטעט און דערפער, די ייָשוּװוים, האָט די מעלוכע אונדזערע אויסגעטיילט מיליאָנען... דערצו קומען אהער גוטע באלמע- לאָכעס. דאָ װעט מען זיך ניט שנײַדן די פינגער פאר דער קאָפּיקע. װאָס זאָגט איר, מאדאם מאזור?
פּעסיע האָט אים אָפּגעמאָסטן מיט א שטרענגלעכן בליק און א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען:
-- זאָגט מיר נאָר, יונגערמאן, װאָס הערט איר ניט אוף די גאנצע צײַט: ,מאדאם מאזור.. מאדאם מאזור"... איך בין א פּריצע? רופט מיך פּאַשעט -- פּעסיע, און גאָר!
כייפעץ האָט זיך א ביסל פארלוירן און געענטפערט:
-- איך האָב ניט געמיינט שלעכטס... עס געפעלט אײַך ניט, איז אנטשולדיקט מיר... מאדאם, איך מיין, כאווערטע פּעסיע... איר האָט געטאָן, זע איך, װי א כאכאָמע, װאָס איר פאָרט מיט אײַער גאנצער מישפּאָכע. איך האָב איבערגעלאָזט מײַן ציליען מיט די צװיי קינדערלעך אין בערשאד. זי לײַדט פון א שטיקל זאדישקע, מײַן ציליע, דאָס הייסט, עס סטײַעט איר ניט קיין פרישע לופט..
-- נו, און איר זײַט דאָך, זאָגט איר, א שטיקל אפּטײקער, האָט איר ניט געקאָנט מאכן קין פּראָשקעס צו דער זאדישקע?
-- װאָס הייסט? איך האָב אף מײַן ציליען אױסגעפּרוּװוט, װאָס פאר א פּראַשקעס עס זײַנען דאָ אין דער װעלט, נאָר עס האָט ניט געהאָלפן. האָב איך זי דערװײַל איבערגעלאָזט מיט די קינדערלעך אין בערשאד, און באשלאָסן אליין צופאָרן קיין ביראָבידזשאן, א טאפּ טאָן אין װאָגן. דאָס הייסט, ועט מיר די פּריראָדע שמעקן, װעט דאָ מײַן ציליע קאָנען אָטעמען, רוף איך זי טייקעף ארויס, עלץ ניט, נעם איך די פיס אף די פּלײצעס און א גוטן טאָג מיט דער קאפּאָטע!
-- הייסט עס, אײַער װײַב מיט די קינדער האָט איר איבערגעלאָזט אין בערשאד.. און זי האָט אײַך אָפּנעלאָזט איינעם אליין אין אזא װײַטקײַט?
-- װאָס זשע האָט זי געקאָנט טאָן?
-- איך אף איר אָרט װאָלט אײַך ניט אָפּגעלאָזט...
-- פארװאָס, מאדאם מאזור, כ'מיין, כאווערטע פּעסיע?
באהאלטנדיק דאָס שמייכעלע, האָט זי געענטפערט:
-- דאָס איז געװען א געפערלעכער טראָט פון איר זײַט.. װי לאָזט מען עס אָפּ אזא מאן איינעם אליין? אן אפּטײקער, נאָך ניט קיין באיאָרטער. און עס קאָן זיך צו אים צוטשעפּען א קאלע... איצט איז אף מאנצבלען א יאקרעס...
-- װאָס רעדט איר, פּעסיע? איר זאָלט אזוי זאָגן? מיר לעבן שוין מיט מײַן ציליען א כעזשבן פון צען יאָר און פארמאָגן צוויי טײַערע קינדערלעך...
און א טראכט געטאָן, האָט ער צוגעגעבן:
-- נו, און פארװאָס האָט איר אײַער שויעלן ניט אָּגעלאָזט. איינעם אליין פריער א קוק טאָן אף ביראָבידזשאן און דערנאָך אײַך ארויסרופן אהין?
זי האָט זיך פאנאנדערגעלאכט:
-- מײַן שויעל האָט מוירע געהאט מיך איבערלאָזן איינע אליין אין באפּאָליע... ער געדענקט נאָך פון אמאָל, וויפל פײַנע כאסאנים האָבן זיך צו מיר געשאדכנט...
-- אײַער שויעל, װי איך זע, איז אמאָל אויך ניט געװען קיין פארשלאָפּענער מאלעך, -- האָט כייפעץ זיך אָנגערופן, -- א גאָלדענע נעשאָמע און דערצו נאָך א כאָכעם. מיט אים איז שטענדיק פריילעך. מיר איז ער גלײַך פון די ערשטע טעג געפעלן געװאָרן, און װען מיר װעלן קומען אף אן אָרט, װעל איך זען, אז איך זאָל בלײַבן לעבן אים. מירן ארבעטן צוזאמען און עפשער זיך אָפּזוכן א װוינונג אויך בישכיינעס...
-- װאָס הייסט, ארבעטן צוזאמען? -- האָט פּעסיע אופגעהויבן אירע גרויסע אויגן אף כייפעצן, -- איר זײַט, דאכט מיר, אן אפּטײיקער, און עֶר?
כייפעץ האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט:
-- איר ווייסט דאָך שוין, אז איך בין אזא אפּטײקער, װי איר אן אפּטײקערן... געװען בין איך א גלעזער, און דער טאטע מײַנער איז געװען א גלעזער, און יעדער גלעזער קלײַבט זיך צו א װײַב מיט מעשוגאסן, קאפּריזן. האָט מײַנער ניט געשמעקט, װאָס איך גײי ארום איבער בערשאד מיט א קעסטל אפן אקסל און שטעל ארײַן טאפליעס. האָט זיך אין שטעטל בא אונדז געעפנט א קלוב, האָט מען מיך געמאכט אף א שטיקל צײַט פאר אן אדמיניסטראטאָר. איך בין געשטאנען בא דער טיר
19
בייס אן אָװנט און געזען, מע זאָל ניט קריכן אָן בילעטן. האָב איך זיך אָנגעלעבט א סאך כאָנים, אין שטעטל האָט מען אָנגעהויבן קוקן אף מיר קרום. און דאָ האָט זיך געעפנט באם קלוב א ביבליאָ טעק, האָט מען מיך געשטעלט ארויסגעבן ביכער. האָט מען אָנגעשריבן אף מיר א מעסירע, אז איך פארשטיי אזוי אין די ביבליאַטעק-איניאָנים, װי א יעשיװוע-באָכער אין שוסטערײַ... האָב איך געמוזט אוועקגיין פון דאָרטן. א שטיקל צײַט ארומגעגאן אָן ארבעט, װײַל צו גלעזערײַ איז מיר נאָך אזעלכע געהויבענע שטעלעס א ביאָיען געווען זיך אומקערן. האָט מען קיין בערשאד אראָפּגעשיקט אן עלטערן פּארשוין, א שטיקל פּראָװיזאָר אין אפּטײק, מײַנעם א װײַטן קאָרעװ. האָט ער מיך גענומען אונטערלערנען אפּטײקערײַ.. און א געוויסע צײַט האָב איך געארבעט לעבן אים. איז אראָפּגעקומען א קאָמיסיע און מיך דערזען אין א װײַסן כאלאט און א װײַס היטעלע אפן קאָפּ. האָבן זי געמיינט, אז איך בין א פּאטענטאָװענער אפּטײקער, נאָר װען זי האָבן מיך גענומען אפן צימבל און זיך דער" װוּסט, אז קיין דיפּלאָמען האָב איך ניט, האָבן זי געמאכט דעם אלטיטשקן פּראָװיזאָר א גוטן פּעטשא- טעק, און איך האָב זיך געמוזט אָפּטראָגן פון דער אפּטײק... האקיצער, איך האָב זיך שוין צונויפ" גערעדט מיט אײַער שויעלן, אז ער װעט זיך נעמען צו סטאָליערײַ, און איך װעל זײַן לעבן אים א גלעזער...
-- איר האָט געטאָן, װי א כאָכעם!.. -- האָט פּעסיע באגיטיקט. -- קעדיי צו זײַן אן אפּטײקער, דארף מען דאָך קענען א ביסל מעדיצין. אָנשטאָט פּראַשקעס צו קאָפּװײטיק, האָט איר, מיסטאמע, געהאָדעװעט מיט קאסטאָרקע...
-- נו, דערצו איז נאָך ניט דערגאנגען!
בא די וואגאָנען איז געשטאנען א טומל, א ראש, א געלעכטער. קליין און גרויס איז אראָפּגע- גאנגען אפן פּעראָן כאפּן פרישע לופט, אױסגלײַכן די ביינער, זיך ארומקוקן, װוּ מע האלט אין דער וועלט. די קינדער האָבן זיך געטראָגן לענגויס די וואגאָנען. פון פארשיידענע זײַטן זײַנען זיך צונויפי געקומען מענטשן א קוק טאָן אף די איבערוואנדערער, װעלכע זײַנען געווען פארוואקסן, צעקנייטשט, מע האָט זיך נאָכגעפרעגט, פונוואנען פאָרט מען און װאָס העוט זיך אין דער גרויסער װעלט? דאָ און דאָרט האָנן זיך געזאמלט רעדלעך. װער װייסט, װי לאנג װאָלטן זיך געצויגן די געשפּרעכן, ווען עמעצער רופט ניט אויס, אז די , כאָדאָקעס" גייען.
און װירקלעך. דער ערשטער האָט געשפּאנט מוישע ראביינו, און נאָך אים א פַּאָר צענדליק מאנצבלען מיט קעסעלעך, פולע זעקלעך ברויט, טשײַניקעס מיט אַקרעפּ. דער גערוך פון פרישן געקעכטס האָט גערופן, און אין געציילטע מינוטן זײַנען שוין די איבערוואנדערער געװוען אף זייערע ערטער און שנעל גענומען צוגרייטן די טעלער מיט די לעפל, די קווערטלעך.
מוישעץ ראביינו איז ארײַנגעקומען אין ואגאַן, אראָפּגענומען פון קאָפּ די קעפּקע מיטן קרומען דאשעק, און מיט א גרויס טיכל אָנגעהױבן אויסװישן דאָס פארשוויצטע פּאָנעם. ער האָט איצט אויס" געזען, װי א זיגער. צוגעשפּארט זיך צו א װענטל, האָט ער נאָכגעשפּירט, װי מע טײילט דעם אויסי געהונגערטן אוילעם די פּאַרציעס קאָרנברויט, װי מע איז אלעמען מעכאבעד מיטן שמעקנדיקן סופּ.
-- נו, קינדערלעך, -- האָט ער איבערגעכאזערט, -- עסט געזונטערהייט און זאָל אײַך װױל באקומען! פארגעדענקט, אז דאָס עסט איר דאָס לעצטע מאָל אין וועג... קאזיאָנע כארטש... אין עטלעכע שאָ ארום װעלן מיר שוין, מיט גאָטס הילף, קומען צו זיך אין געגנט, װעט איר שוין איבערגיין אף אייגענעם קעסט...
א טראכט געטאָן, האָט ער צוגעגעבן:
-- נו, פארשטייט זיך, האָט ניט קיין פאריבל און באליידיקט זיך ניט, אויב עס איז צײַטנװײַז געווען ניט אזוי...
-- ניט צײַטנװײַז, כאווער פּינוס, נאָר גאנץ אָפטלעך... -- האָט עמעצער פון צווייטן עק װאגאָן ארײַנגעשטעלט.
מוישע ראניינו האָט זיך אײַנגעקוקט אין יענער ריכטונג, אײַנגעצױגן דעם קאָפּ אין די פּלײצעס און געענטפערט:
-- אוואדע... נאָר װאָס האָט מען געקאַנט טאָן, אזא שװערער װעגו.. עס קומט אױס זיך אונטערגארטלען. עס איז דאָך ניט אינדערהיים.
-- און דאָרטן, אין ביראָבידזשאן, װעט זײַן בעסער?
-- אוואדע, אז מע איז אפן אָרט איז שטענדיק בעסער... קיין גאָלדענע בערג קאָן איך אײַך ניט צוזאָגן און קיינער װעט זי אײַך ניט צוזאָגן. די ערשטע צײַט, ביז מע װעט זיך אײַנאָרדענען, װעט זײַן שווער, פארשטייט זיך, נאָר דערנאָך, אז דאָס רעדל װעט זיך אָנהײבן דרייען... איך האָב שוין געבראכט אהין ניט װײניק עשעלאָנען, א שיין ביסל איבערוואנדערער און בלויז א פּאָר צענדליק, וועלכע זײַנען ניט געװוינט ארבעטן -- לופט-מענטשן, האָבן זיך אומגעקערט... איך גלייב, אז צווישן אײַך זײַנען קיין ליידיקגײיער נישטאָ, און איר פאָרט אונטערשטעלן א פּלײצע, מע זאָל טאקע אויס" בויען די ייִדישע אװטאָנאָמע געגנט... אונדזער כאווער קאלינין זאָל זאָגן: , מאָלאָדצי!"
20
דער אוילעם איז געװען פארטאָן אין דער אכילע, און מוישע פּיניעס האָט זיך געלאָזט אין די שכיינישע ואגאָנען א קוק טאָן, װי האָדעװעט מען דאָרטן די איבערוואנדערער.
עס איז שוין געװען נאָך האלבן טאָג. די זון איז שוין געשטאנען איבערן קאָפּ און אַנגעווארעמט ניט נאָר דעם שיינעם ארום, נאָר, דאכט זיך, נאָך מערער אָט די איבערוואנדערער, ועלכע געפינען זיך שוין העכער צען טעג אין װעג. עפּעס מיטאמאָל האָט זיך באם אוילעם געביטן די שטימונג. מע איז געװאָרן פריילעכער, אופגעלעבטער. אלץ מער שמייכעלעך האָבן געשפּילט אף די פּענעמער פון די מענטשן, מער ויצן, כאָכמעס האָבן זיך געהערט דאָ און דאָרט. בייס מע איז געשטאנען מיט די אָרטיקע אײַנװױנער לעבן די װאגאָנען און געשמועסט, האָט מען זיך דערװוּסט װעגן א סאך זאכן, װאָס מע האָט פריִער ניט געװוסט. מע האָט זיך דערװוּסט, אז דאָ, אף דער ערד, וואקסט זייער גוט אלץ, װאָס א מויל רעדט אױס, סײַ אין די סעדער, סײַ אף די גערטנער. עמעס, עס טרעפט אמאָל, אז די רעגנס זײַנען דאָ שטארקערע, װי ערגעץ אנדערשוו, נאָר דאָס איז גאָרניט שרעקלעך. מע געװוינט זיך צו. דער װינטער איז דאָ, מעגלעך, שארפער, די פרעסט גרעסערע, בײַסיקערע, נאָר אָן װינטן, אָן בוראנען. דער פרילינג הייבט זיך דאָ אָן שפּעטער, נאָר דערפאר פארהאלט זיך לענגער דער זומער, און דער אָסיען איז דאָ גאָר א גרויסארטיקער...
דורך די ואגאָז-פענצטער האָט ארײַנגעקוקט די זון. אין אלע װינקעלעך איז געװען וארעם, ליכטיק.
שויעל, װאָס איז געזעסן באנאנד מיט דער פּלױנעסטע, איז געווען גוט געשטימט, און זי האָט זיך אפילע אָנגעהויבן וויצלען. זי האָט אים מיט א געלעכטער דערציילט, װי דער בערשאדער אפּטײיקער האָט פאר איר אױסגעגאָסן דאָס ביטער הארץ, װי ער האָט זיך געמאטערט מיט זײַנע פילצאָליקע מעלאָכעס.
שויעל האָט זיךר צוגעהערט צו פּעסיעס ריד און אים האָט זיך אָנגעהױבן דאכטן, אז מע האָט זי אונטערגעביטן. אינגאנצן ניט יענע פּעסיע, װאָס ער האָט פאר זיך געזען די לעצטע צײַט.
אין וואגאָן האָט זיך אופגעהויבן א טומל. פון אלע זײַטן האָבן זיך דערטראָגן אויסגעשרייען, מע זאָל פארנעמען די ערטער, װײַל דער עשעלאָן װעט באלד-באלד זיך לאָזן װײַטער אין װעג.
דער אוילעם איז צוגעפאלן צו די פענצטער, זיך אײַנגעקוקט, צי אין עמעצער פון די פּאסאזשירן ניט פארבליבן פון יענער זײַט, צי װעט, כאָלילע, קיינער ניט אָפּשטײן פונעם צוג?.
אָט האָבן זיך שוין צעקלונגען די בופערס, דער לאנגער עשעלאָן האָט גערירט פון אָרט, פאר- לאָזט דעם , טופּיק', װוּ דער אוילעם האָט זיך ניט שלעכט אָפּגערוט, געשטילט דעם הונגער, געכאפּט פרישע לופט.
ווידער האָט זיך אוועקגעצויגן די טײַגע. דאָ און דאָרט האָט מען געזען קלינינקע ייָשוּװים, קליינע הילצערנ הײַזער, ארומגעצוימטע מיט נידעריקע הילצערנע פּארקנדלעך, גערטנער, סעדער. פון רעכטס און פון לינקס האָבן זיך באוויזן הויכע, גרינע סאָפּקעס. אין דער זויבערער, באגילדעטער פון דער זון װײַטקײַט, האָט מען געקאָנט זען די קאָנטורן פונעם גרויסן כינגאן, זײַן ברייטן בארג- רוקן, װאָס איז באדעקט מיט וואלד.
-- זע נאָר, פּעסיע, -- האָט זיך אָנגערופן שויעל, -- עפשער געדענקכטו, מיר זײַנען מיט דיר אמאָל געפאָרן קיין קרים, אין אן אָפּרו-הױז. דער קאָמבינאט אונדזערער האָט מיך דאן פּרעמירט מימ א פּוטיאָװוקע, צי דערמאָנט דיר ניט אָט יענץ װײַטע ווינקל א שטיקעלע קרים?..
= איך דעל דיר זאָגן דעם עמעס, -- האָט זיך שטארקער צוגעדריקט צום פענצטער פּעסיע, -- עפּעס געדענק איך ניט, נאָר דאָס איז זייער א שיין ווינקל. די פּריראָדע איז דאָ א גאָר גרויסארטיקע, און דער קלימאט א גוטער. עס אָטעמט זיך דאָ גרינגער.
ער האָט צו איר אונטערגעוונקען, זיך צעשײַנט, װי דער מאָרגנשטערן, און מיט גאדלעס זיך אָנגערופן;
-- װאָס זשע מיינסטו, א שלעכט װינקל האָט די מעלוכע אויסגעקליבן פאר דער נײַע- געגנט?..
-- אוואדע, דײַן טאטנס געגנט... מיר װעלן נאָך באטראכטן די זאך, וען מירן קומען אף אן אָרט, צי װעט זי װערן אונדזער געגנט, צי װעט איסקומען פארקערעווען דעם דישעל צוריק..
-- זעסט דאָך, וויפל מענטשן עס פאָרן אהין. און קיינער, דוכט מיר, טראכט ניט װעגן פארקע- רעווען צוריק דעם דישעל.. דו מיינסט, אז אונדזער מעלוכע האָט מער ניט װאָס צו טאָן און פארמאָגט שווערע מיליארדן, קעדיי פירן הין און צוריק טױיזנטער מענטשן, זיי האָדעװען אין װעג, געבן האלװאָעס, קרעדיטן, זיי זאָלן זיך אויסבויען הײַזער... דו מיינסט, אז דאָס איז פאר די מענטשן א לוסט-רײַזע?.. איז מען אהער געקומען, דארף מען זיך אײַנשפּאנען און זיך נעמען צו דער ארבעט.. זעסט, סארא רײַכער קאנט דאָס איז, און מענטשן -- אפן שפּיץ מעסער...
21
-- איך האָב עס שוין פון דיר געהערט, שויעל, גענוג! -- האָט פּעסיע אים איבערגעשלאָגן. -- לאָמיר בעסער אָנהייבן צונויפבינדן די זאכן. אונדזער צוג יאָגט, וי הונדערט רוכעס װאָלטן אים אונטערגעטריבן. אָט װעלן מיר שוין, האָב איך געהערט, אין א פּאָר שאָ ארום קומען אף אן אָרט און מע װעט דארפן אראָפּקריכן פונעם וואגאָן. ער איז מיר שוין נימעס, װי א ביטערער רעטעך..
-- באלד װעל איך נעמען צונויפבינדן די זאכן, פּעסיע... דאָ װעט קיין מעניע ניט זײַן... נאָר דאָס, װאָס דו האָסט מיר װידער דערמאָנט װעגן דישעל, דארף איך דיר זאָגן, אז צוליב דיר האָבן מיר זיך דאָךר געלאָזט אהער און צו מיר קאָנסטו קיין איבעריקע טײַנעס ניט האָבן...
-- וער האָט דען צו דיר טײַנעס!. זעט אויס, אז אזוי איז אונדז באשערט... א באשערטע זאך... און ער ווייסט, עפשער װעט אונדז דאָ זײַן בעסער..
-- װאָס איז שײַעך בעסער -- ערגער... -- האָט שויעל זיך אָנגערופן, אָנהײבנדיק צונויפלייגן דאָס בעטגעוואנט, -- וויפל איך קען זיך, האָב איך קיינמאָל ניט געלעבט פון פּראָצענט, פון גנייווע, גזיילע. דאָס גאנצע לעבן האָנ איך און מײַן טאטע, מײַן זיידע, געהאָרעװעט און ערלעך פארדינט דאָס שטיקל ברויט... און װאָס איז מיר די נאפקעמינע, װוּ איך זאָל צולייגן מײַן האָרעוואניע. דאָרט איז געווען כאָוועטסקע וולאסט און דאָ איז סאָװעטכקע וולאסט. און כאָטש עס צעטיילט אונדז אזויפיל ווערסט, נאָר מיר זײַנען סײַװיסײַ בא זיך אינדערהיים... און נאָך איין זאך דארפסטו פארגעדענקען. אונדזער גאנצער פארמעגן -- דאָס זײַנען אונדזערע קינדער, דאָס גרעסטע גליק איז, ווען מיר זײַנען לעבן זיי. מע װערט צוביסלעך עלטער. זי נייטיקן זיך אין אונדז. עס גייט צו יענער צײַט, װען מיר ועלן זיך נייטיקן אין זיי. איז בעסער זיך צונויפקומען פריִער, ווען מיר זײַנען נאָך בא די קויכעס, קענען ארבעטן און פארדינען אפן לעבן מיט אונדזער האָרעואניע, איידער פאָרן צו די קינדער, װען מיר װעלן שוין זײַן אלט און גראָװ און דארפן אָנקומען צו זיי... דו פארשטייסט מיך, פּעסל?
-- װאָס זשע, איך פארשטיי ניט? אוואדע איז אין דײַנע רייד פאראן א סאך עמעס... נאָר זאָג מיר, דאָס הארץ פליט שוין בא מיר ארויס פון נײַגער. איך װאָלט שוין א באלן געװען זען דעם מאזיק אונדזערן. װוּ װעלן מיר אים זוכן, ווען מיר װעלן קומען קיין ביראָבידזשאן?
-- װאָס הייסט? האָכט דען ניט געהערט, װאָס אונדזער מוישע ראביינו האָט פריִער געזאָגט? ער האָט געזאָגט, אז פון וועג האָט ער געקלאפּט א טעלעגראמע, אז מע פאָרט...
-- צוליב װאָס?
-- װאָס הייסט -- צוליב װאָס? דו מיינסט, אז דאָס איז א שפּילכל? דאָרטן ווארט מען שוין אף אונדז, מע קוקט אף אונדז ארויס. מענטשן דארף מען דאָרטן, וי לופט. מע װעט באקומען די טעלע- גראמע, װעט מען ארויסגיין אונדז באגעגענען...
פּעסיע האָט זיך פאנאנדערגעלאכט אף א קאָל:
-- מע האָט שוין דאָרטן ניט װאָס צו טאָן -- מע װעט ארויסגיין באגעגענען!
-- און פארװאָס טאקע ניט? עפשער נאָך מיט מוזיקע, מיט קלעזמער?
-- עפשער מיט מוזיקע, מיט קלעזמער!.. -- האָט שויעל אף איר זיך א ביזער געטאָן. -- װאָס מיינסטו, די מעלוכע פירט דיך אומזיסט אזא װעג, האָדעװעט, פּאטערט געלט, נאָר צוליב דעם, דו זאָלסט זיך זען מיט דײַן טאכשיט?..
-- און פארװאָס טאקע ניט?
-- נארישע! דאָס, װאָס מיר פאָרן, איז א גרויסע גאָסודארסטװענע זאך. װעגן די מענטשן, וועלכע האָבן געװאָרפן זייער היים און האָבן זיך געלאָזט אזוי װײַט, קעדיי אויסבויען א ייַדישע אװטאָי נאָמע געגנט, װעט מען אמאָל באשרײַבן אין דער היסטאָריעי..
-- און מע װעט זיי עפשער נאָך שטעלן א דענקמאָל?
-- פארװאָס מיינסטו, אז ניט?..
פּעסיע האָט זיך פאנאנדערגעלאכט:
-- אוי, ווען איך ווייס, אז מיר װעלן ארײַן אין דער געשיכטע, װאָלטן מיר נאָך פאראיאָרן געפאָרן...
-- לאך ניט, פּעסל, מע קאָן גאָרנישט ניט וויסן... לאך ניט!
עס איז צוגעקומען כייפעץ. א קוק געטאָן, װי שויעל מיטן װײַב בינדן צונויף די זאכן, װי די קינדער האווען ארום זיי, האָט ער זיך אָנגערופן:
-- אוי, ווען איר. ווייסט, װי איך בין אײַך מעקאנע! איך האָב איבערגעלאָזט אין בערשאד דאָס װײַב מיט די קינדער און װעל, װײַזט אויס, האָבן א גרויסע מאָראָקע -- פאָרן נאָך זײי. און איר האָט געטאָן, װי די כאכאָמים, זיך אופגעהויבן מיט האקליבאקל, און -- הײַדא!
-- קיינער ווייסט נאָך ניט, װער װעמען עס דארף זײַן מעקאנע... -- האָט א טיפן זיפץ געטאָן פּעסיע, -- מירן לעבן, װעלן מיר זען...
כייפעץ איז געשטאנען א ביסל פארטראכט און זיך געלאָזט צו זײַן וינקל.
22
לוט דעם, וי דער גאנצער אוילעם פּאסאזשירן האָט געהאװעט, צונויפגעבונדן די זעקלעך און פּעקלעך, איז געווען קלאָר, אז ס'איז שוין צײַט. מע דערנעענטערט זיך צום ציל.
און ער האָט אויך גענומען צונויפלייגן זײַן ביסל פארמעגן.
סארא לויטערער הימל איז געהאנגען איבער דער טײַגע, מאמעש אף כידושים! די פרילינגדיקע זון האָט געארבעט אף אלע קיילים, מעכײַעדיק געווארעמט, קימאט אלע ואגאָן-פענצטער זײַנען שוין געווען צעעפנט און מענטשן האָבן ארויסגעקוקט דורך זיי און זיך געפילט, װי ערעוו יאָמטעװו. פאר- שטייט זיך, אז צו די פענצטער זײַנען צוגעזאָטן געװאָרן אין דער ערשטער ריי די קינדער. און גראדע די קלענערע האָבן אָפּגעשטױסן מיט די עלנבויגנס די עלטערע, װײַל זי זײַנען בילכער.
נאָר פּעסיע האָט זיך ארײַנגערוקט אין דער מיט און זיך אײַנגעקוקט אהין, פונוואנען עס האָט זיך געדארפט באװײַזן די כטאנציע. װאָס געענטער מע אין צוגעפאָרן אהין, אלץ שטארקער, אומרוי" קער האָט בא איר געקלאפּט דאָס הארץ. כאָטש שױיעל האָט איר געזאָגט, אז ער האָט אליין געהערט, װי מוישע פּינוס האָט געזאָגט, אז אף דער סטאנציע װעט מען באגעגענען דעם צוג, נאָר צי װעט דאָרטן זײַן דאָװידקע? װער וייסט פּינקטלעך, צי לעבט ער דאָ נאָענט, און צי װעט מען אים אָפּלאָזן פון דער ארבעט, ער זאָל לויפן צום װאָקזאל באגעגענען דעם עשעלאָן? און כוץ אלעמען, ויָאזוי קאָן ער זיך דערוויסן, אז זײַניקע פאָרן גראדע מיט דעם צוג און ניט מיט קיין אנדערן?
דערװײַל האָט זי געזען דאָ און דאָרט באזונדערע הילצערנע שטיבלעך, דערפלעך, די גרייס װי א גענעץ. זי האָט ארויסגעקוקט גאָר אף עפּעס אנדערס. איר האָט זיך געדאכט, אז באלד װעט זי דערזען פּונקט אזא גרויסארטיקע סטאנציע, ועלכע מע איז ערשט ניט לאנג דורכגעפאָרן, און אויב ניט אינגאנצן אזא, איז כאָטשבי א קלענערע, אזא, װי, לאָמיר זאָגן, וויניצע, פּראָסקוראָװו, װוּ זי איז אמאָל געווען צוגאסט. לאנגזאמער האָבן גענומען לויפן פאר די פענצטער די טעלעגראף-סלופּעס, ס'האָבן זיך באוויזן בײַדלעך און ניט קיין גרויסע בײַװאָקזאל-געבײַדעס. און אָט האָבן זיך דערטראָגן אהער, אין די וואגאָזךפענצטער, קלאנגען פון אן אָרקעסטער. זיי האָבן זיך פארשטארקט מיט יעדער מינוט, געװאָרן דײַטלעכער און הילכיקער.
יש
ט :
דער אוילעם אין די וואגאָנען האָט זיך פארװווּנדערט איבערגעקוקט, ניט פארשטייענדיק, פונוואנען קומט אהער די מוזיק און װאָס פאר א יאַמטעװ איז הײַנט? דאכט זיך, א געוויינלעכער דאָנערשטיק אף דער װעלטו..
-- מיר דאכט זיך, אז דאָס באגעגנט מען אונדז מיט קלעזמער... -- האָט זיך אָנגערופן שױיעל, פּרוונדיק זיך דורכשטויסן נעענטער צום פענצטער, נאָר די כעװרעלײַט האָבן ניט געלאָזט, זיך גע" בייזערט אף אים, לעמײַ ער שטויסט זיי אָפּ.
-- יאָ, מע באגעגנט מיט קלעזמער! -- האָט אױסגעשריִען אפן גאנצן װאגאָן דער בערשאדער אפּטײיקער, כייפעץ, -- זעט, סארא גרויסער אוילעם עס לויפט צו דער סטאנציע!..
-- דאָס איז א סטאנציע? װאָס רעדט איר! -- האָט איבערגעשלאָגן פּעסיע. -- דאָס דארף זײַן עפּעס א פּאַלוסטאנעק... זעט נאָר, א הילצערן שטיבל, און דאָס אין א סטאנציע א כויזעקי..
-- אָט שטייט דאָך אָנגעשריבן אפן שילדל און בעפיירעש אף מאמע-לאָשן און באנאנד אף רוסיש: ביראַכידזשאן... -- האָט אויסגעשריגן כייפעץ, -- מיר זײַנען, מיט גאָטס הילף, געקומען אפן אָרט... עס ענדיקן זיך אונדזערע צאָרעס...
-- און עס װעלן זיך אָנהײיבן אנדערע... -- האָט עמעצער פון דער זײַט ארײַנגעשטעלט.
-- זאַלן שוין קומען צאָרעס אף אונדזערע סאָנים! -- האָט זיך אָפּגערופן אן עלטערע פרוי. -- מע דארף זיך ניט אויסשטעלן צום שלעכטן. לאָמיר טראכטן, אז אלץ װעט זײַן גוט, װעט עס דערגיין צום אייבערשטנס אויערן...
-- זאָל זײַן, שכיינע, װי איר זאָגט. איך בין דען קעגן?
פון יענער זײַט פענצטער האָט זיך געטומלט. אָן א שיר מענטשן זײַנען ארומגעלאָפפן לענגויס דעם צוג, װעלכער איז געגאן גאָר פּאמעלעך. דער אוילעם האָט געראשט, געשריען, די מוזיק האָט זיך צונויפגעגאָסן מיט די געשרייען, מיטן געפּילדער, מיטן געלעכטער.
פּעסיע האָט ארויסגערוקט דעם קאָפּ אינעם צעעפנטן פענצטער און פיבערדיק געזוכט צװישן דער מענטשן-געדיכטעניש. זי האָט שוין ניט געקוקט אף דעם קליינינקן װאָקזאלכל, זי האָט איצט אין אלץ פארגעסן, געזוכט א באקאנט פּאָנעם, דעם מאזיק אירן; צוליב װעלכן מע האָט זיך געלאָזט אין אזא װײַטן וועג. :
לענגויס די וואגאָנען, װאָס האָבן זיך שוין אָפּנעשטעלט, זײַנען געלאָפן מענטשן מיט בלומען, אזעלכע, וועלכע זי װאָלט געקאָנט באגעגענען בא איר אין באפּאָליע, אין טעפּליק, װיניצע, פּראָסקר ראָו, נאָר איר האָט זיך געװאָלט באגעגענען צװישן דעם האמוין איינעם: איר בענאָק, דאָװידקען..
-- פּעסיע, גענוג שוין ארויסקוקן, העלף נאָר, מע דארף גיין.. -- האָט זי א טאָרע געטאָן שויעל, -- װאָס זוכסטו דאָרטן? העלף נאָר...
און ער האָט גענומען אף די פּלײיצעס צװוײי וואליזעס און מיטאמאָל זיי אראָפּגעװאָרפן אפן דיל, דערהערנדיק פּעסיעס מוירעדיקן געשריי מיט א געװיין:
-- דאָװידקע! זונעניו, דאָװידקע!
און וען שױיעל כאפּט ניט אונטער פּעסיען, װאָלט זי, דאכט זיך, ארויסגעפלויגן דורכן פענצטער.
-- שא, נארישע, װאָס גוואלדעװועסטו אזוי? זעסט ניט, דו האָסט די קינדער שיר ניט איבער" געשראָקן...
אף דער מאמען קוקנדיק, האָט די קליינינקע פארשײַטע שולאמיס אָנגעהױיבן שרײַען, טומלען נאָך שטארקער.
פּעסיע האָט זיך דורכגעשטויסן דורך דער מענטשן-געדיכטעניש, און אין א פּאָר מינוט ארום שוין ארומגעכאפּט קושן און האלדזן איר דאָװידקען.
-- מאמע... נו, מאמע, מע דארף ניט װויינען... מע דארף ניט... -- האָט דאָװידקע געשטאמלט, געדריקט אין זײַנע אָרעמס די מוטער, און ניט געפילט, װי איבער זײַנע באקן קײַקלען זיך גרויסע טרערן פון מענטשלעכער פרייד.
-- מאמעלע, נו, בארויק זיך... עס איז ניט שיין... -- האָט ער זי געגלעט איבערן קאָפּ, -- מע לעבט, מע זעט זיך, טאָ צוליב װאָס טרערן?.. בארויק זיך...
מיט א טומל און געשריי איז צו אים צוגעלאָפּן שולאמיס. זי איז געווען דערשראָקן, פארלוירן, יאָ דערקענט און ניט דערקענט איר ברודער. נאָר געזען, װי די מאמע האלדזט און קושט, האָט שולאמיס זיך ארופגעדראפּעט אף זײַנע שטארקע פּלײצעס און אים אויך גענומען קושן.
דאַװידקע האָט זיך ארויסבאפרײַט פון דער מוטערס הענט, זיך געגריסט און געקושט מיטן פאָטער, מיט די שוועסטערלעך. ער האָט געװאָלט עפּעס זאָגן, דאָװידקע, נאָר פון פרייד און גליק האָט בא אים װי אָפּגענומען דאָס לאָשן, און ער האָט קיין װערטער ניט געפונען.
ניט װײַט פונעם קליינעם װאָקזאלכל איז געשטאנען א טריבונע, אן אפגיך צנויפּגעשלאָגענע פון ברעטער. עס האָכן אונטערן לײַכטן װוינטל געפלאטערט רויטע פאָנען, און אף א ברייטן טראנספּאראנט
24
זײַנען מיט גרויסע בוכשטאבן געווען די װערטער: ,א פלאמיקן גרוס די איבערוואנדערער פון פּאָדאָ ליע! מיט געמיינזאמע קויכעס װעלן מיר אויסבויען אונדזער נײַע היים".
שויעל, וועלכער האָט זיך זאט ניט געקאַנט אָנשפּיגלען אינעם פארברוינטן און פעסטן זון, װאָס איז עפּעס, װי מיטאמאָל, אויסגעוואקסן, געװאָרן ברייט אין די פּלײצעס, מענלעכער, װי געװען, האָט דערפילט װי עמעצער שלעפּט אים פארן ארבל. זיך אומגעקוקט, האָט ער דערזען דעם בערשאדער אפּטײיקער, כייפעצן.
-- רעב שויעל, איר הערט, רעב שיעל.. -- האָט יענער געשמייכלט און געשײַנט. ער האָט געװוונקען אף דעם טראנספּאראנט: -- איר זעט, מיר זײַנען שוין בא זיך אינדערהיים... אָנגעשריבן אף אונדזער מאמע-לאָשן... דאָס איז זייער א סאך ווערט... זייער א סאך...
שויעל האָט צוגעשאַקלט מיטן קאָפּ און זיך ארומגעקוקט. אַָנשטאָט א גרויסן װאָקזאל, וועלכן ער האָט געהאַפט דאַ טרעפן, איז געשטאנען א קליינינקע הײַזקע. אָנשטאָט א גרויסער שטאָט זײַנען אין פארשיידענע עקן געשטאנען הילצערנע הײַזער, באראקן. קיין סימען פון א טראָטואר. שויעל האָט ביטער א שמייכל געטאָן, װײַזנדיק מיט די אויגן אף דער, מישטיינס-געזאָגט, שטאָט.
און דער בערשאדער האָט צוגעשאַקלט מיטן קאָפּ, זיך אָנגערופן:
-- אוואדע, רעב שויעל, מע דארף אלץ אָנהייבן פון דער נוליאָוקע... מיר זײַנען ניט געפאָרן אף קיין גרייטן... נאָר איר קוקט אף די מענטשן, זיי זײַנען, װײַזט אויס, צופרידן. מע לאכט, מע האוועט. דאָס אין דער בעסטער סימען, אז מיט דער צײַט װעט דאָ זײַן א שטאָט און אלץ, װאָס מענטשן דארפן... אוואדע װעט מען מוזן אונטערשטעלן א פּלײצע און עס װעט זײַן שווער.
א טראכט געטאָן, האָט ער מיט באדויערונג צוגעגעבן:
-- איר ווייסט, רעב שויעל, איך עס זיך אוף לעבעדיקערהייט, װאָס איך האָב ניט מיטגענומען דאָס װײַב מיט די קינדער. איצט װעט זײַן א מאָראָקע, ביז זיי װעלן זיך דערשלעפּן אהער, צו אונדז.
-- נישקאָשע, צופוס װעט זי ניט אויסקומען גיין, -- האָט געזאָגט שויעל, -- דער צוג װעט פירן... זאָרגט זיך ניט, כייפעץ, זאָרגט זיך ניט...
דורכשטויסנדיק זיך דורכן געדיכטן אוילעם, האָט געײַלט אהער יאַשקע.
נאָך פונדערװײַטנס האָט ער דערזען די באפּאָליער און, א שײַנענדיקער, אויסגעשריען, װי ניט מיט זײַן שטים:
-- מומע פּעסיע, פעטער שיעל! גוט האָט איר געטאָן, װאָס איר זײַט צו אונדז געקומעןי מאזלטאָו!..
ער איז צוגעלאָפן צו זי א פארשוויצטער, זיך ארומגענומען מיט זיי און, ניט קאַנענדיק איבער- כאפּן דעם אָטעם, פאָרגעזעצט:
-- פארװאָס זשע האָט איר מײַן טאטן ניט גענומען מיט זיך?
שויעל האָט אים געװאָלט ענטפערן, נאָר דאָ ניט װײַט האָט זיך אָנגעהױבן דער מיטינג. די מוזי" קאנטן זײַנען אײַנגעשטילט געװאָרן און פון דער , טריבונע" האָבן זיך געטראָגן באגריסונגס-ווערטער לעקאַװעד די אָקאָרשט געקומענע.
באנאנד מיט די רעדנער איז געשטאנען א שמייכלענדיקער, א גליקלעכער מוישע ראביינו. די קעפּקע איז, װי שטענדיק, געװען פארוקט אפן שפּיץ קאָפּ און דער צעקנייטשטער דאשעק איז געשטאנען אף א זײַט. ער איז געװען שטאַלץ בא זיך, און דער איסזען זײַנער האָט גערעדט פאר אים: ,נו, מענטשן, איר זעט כאָטש, סארא פּײַנע כאליאסטרע האָרעפּאשניקעס האָב איך אײַך דאָס מאָל געבראכט? איצט װעט בא אײַך ווערן פריילעכער".
װי פון אונטער דער ערד איז באנאנד מיט דאָװידקען אויסגעוואקסן זלאטקע. זי איז צוגעגאנגען שטילערהייט מיט א בוקעט בונטע טיולפּאנען. דאָס מיידל איז געווען אָנגעטאָן אין א שיין קלייד. די האָר זײַנען געווען אונטערגעכאפּט מיט א בלאָװלעכער סטענגע און פון אלע זײַטן האָבן אף איר געװאָרפן אויגן יונגע, שטאלטנע באָכערים.
דאָװידקע האָט זי דערזען, איז ער אָפּגעגאָסן געװאָרן מיט רויטער פארב, דאָס פּאַנעם האָט בא אים גענומען פלאקערן. שטיל האָט ער זיך אַנגערופן צו דער מוטער:
-- מאמע... באקען זיך... דאָס איז זלאטקע...
זלאטקע האָט מיט א ציטערנדיקער האנט אויסגעשטרעקט פּעסיען די בלומען, עפּעס געשטאמלט, ניט געװוּסט, װאָס זי דארף איצט זאָגן דאָװידקעס מוטער. יענע האָט װידער א קוק געטאָן אפן זון, און איר בליק האָט באטײַט:
,װאָס איז דאָס פאר א מיידל! וועמענס?"
א לענגערע װײַלע האָט דאָװידקע געקוקט אין א זײַט און, פילנדיק אף זיך דער מוטערס פרעגנדיקן בליק, האָט ער געזאָגט:
-- דאָס איז אונדזער זלאטקע... זי איז א דערציִערן אינעם קינדער-גאָרטן... זי װעט אויך זײַן שולאמיסעס דערציערן... לערערן...
29
איבער פּעסיעס פארברוינט פּאָנעם איז דורכגעלאָפן א מאמזעריש, קוים באמערקבאר. שמייכעלע. זי האָט, קוקנדיק אף דעם עטװאָס פארלוירענעם שיינעם מיידל, א טראכט געטאָן:
,מיר דאכט, אז צום אלעם ערשטן האָט זי דערצויגן אונדזער דאָװידקען".
פּעסיעס אויגן האָבן זיך באגעגנט מיטן מאנס שמייכעלע. ער האָט א רעגע געשאָקלט מיטן קאָפּ און, איבערפירנדיק די אויגן פון דאָװידקען אף דער יונגער שיינער דערציערן, זיך אָנגעבױגן צו פּעסיען און איר שטילערהייט געזאָגט:
-- אוי, מײַן טײַערע, ניט אומזיסט זאָגן די כאכאָמים, אז דאָרטן, װוּ קיין רועך װעט ניט העלפן, זאָלסטו זוכן א פרוי... א מיידל...
אף דער קליינינקער טריבונע האָבן זיך געביטן די רעדנער. אלעמאָל האָבן זייערע לעצטע ווערטער אונטערגעכאפּט די קלעזמער, עס האָט געטומלט, גערוישט דער אױילעם, די קינדער האָבן זיך ארומגעטראָגן, זיך געשפּילט, געלאכט.
שויעל און פּעסיע זײַנען געשטאנען, באטראכטנדיק דעם בענאָק, דאָס פארויטלטע מיידל אן, דאכט זיך, אָנגעהויבן זיך אָנשטױסן, װער איז געווען דער װויכטיקכטער שולדיקער אין דעם, װאָס מע האָט זיך אופגעהויבן פון דער היימלעכער באפּאָליע און זיך פארקליבן אהער, אין אױיסרײַסעניש, אין אָט דעם אומהיימלעכן, ניט אײַנגעאָרדנטז און ניט גרינגן קאנט.
די זון האָט נאָך אלץ מעכײַעדיק געווארעמט. לויטער איז געװוען דער הימל. עס האָט זיך גרינג און פרײַ געאָטעמט, און מע האָט נאָך ניט געקאָנט באשטימען, צי װעט זיי די רײַזע, די לאנגדער" ווארטע באגעגעניש, דער נײַער קאנט ברענגען גליק אָדער אומגליק...
קאפּיטל? זעקס און צואנציק אין דער נײַער הים
טוט נאָר א קוק, װי די צײַט ענדערט דעם מענטשן! ניט צו דערקענען! נאָר, אפּאָנעם, ניט
בלויז די צײַט, נאָר אויך דאָס נײַע אָרט, די נײַע אומשטאנדן, די נײַע באדינגונגען.
זאָגט מען דאָך: קעדיי אויסלערנען א מענטשן שווימען, דארף מען דערצו ניט צולייגן קיין גרויסע האָר עוואניע, עס איז גענוג אים ארײַנווארפן אין וואסער, װעט ער ניט האָבן קיין אנדער בריירע, װי נעמען פּאטשן מיט די הענט איבער די כוואליעס, קלאפּן מיט די פיס, און עס װעט אװועק א גאנג! ער װעט, מיט גאָטס הילף, נעמען שווימען, און נאָך װיָאזוי!
דערציילט מען דאַך א געשיכטע: בייס א גרויסן שטורעם איז דערטרונקען געװאָרן א גרויסע שיף אין יאם. די פּאסאזשירן מיט דער קאָמאנדע, מיטן קאפּיטאן זײַנען אומגעקומען, און בלויז צװויי כעי לעמער כאכאָמים זײַנען געקומען צום ברעג. זײַנען זיך צונויפגעלאָפן פון אלע עקן מענטשן און מע האָט גענומען דאָס פּאָרל אפן צימבל: סטײַטש, אזעלכע גרויסע שווימער זײַנען דערטרונקען געװאָרן אוּן איר ביידע זײַט געראטעװעט געװאָרן! דערציילט אין קורצע װערטער, װיָאזוי איז געשען דער נעס? װאָס האָט איר געטאָן? :
האָבן ביידע כעלעמער א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען און געענטפערט:
-- װאָס האָבן מיר, פרעגט איר, געטאָן? מיר האָבן גאָרנישט ניט געטאָן! מיר האָבן די גאנצע צײַט גערעדט...
-- אף װאָס זשע פאר א שפּראך האָט איר, פעטערלעך, גערעדט?
-- אף וועלכער שפּראך? מיר האָבן גערעדט מיט די הענט...
פּעסיע מאזור האָט זיך מער װי א יאָר צײַט געמאטערט מיטן געדאנק, װי פילט זיך דאָרטן, אין נאווענאד, איר בענאָק, איר ליבלינג דאָװידקע? װאָלט זי געװוּכט, װי דער טאכשיט אירער איז אויס" געוואקסן פארן יאָר, װי די ארומיקע קוקן אף אים מיט אזא אָפּשײַ, װאָלט זי דען זיך אופגעהויבן מיט דער גאנצער כאליאסטרע און נאשפּיץ געלאָפן צו אים?..
זי דערקענט אים איצט ניט. סארא קאָװעד ער האָט דאָ בא מענטשן! ער איז מיט אלעמען דאָ א גאנצער גוטער-ברודער, אויסגענונדן. מע באגריסט אים, מע גראטולירט אים, און מע איז מעקאנע, װאָס ער האָט באגעגנט טאטע-מאמע, די שוועסטערלעך, און איצט, זעט אויס, װעט ער זיך דאָ פילן, וי גאָט אין אָדעס. עפּעס א קלײניקײַט, די גאנצע פאמיליע זײַנע איז שוין א היגע. װאָס נאָך קאָן מען זיך ווינטשן?!
דער סאָף טאָג איז געווען א זוניקער, א ווארעמער. אָן א שיר מענטשן -- קליין און גרויס האָבן זיך געשטויסן, באטראכט די געקומענע איבערוואנדערער, זיך באמיט מיט װאָסיניט:איז מיטהעלפן
=
= 26
די נײַגעקומענע, מע האָט זיי ארומגערינגלט, באגריכט, אויסגעפרעגט, פון וועלכע שטעט און שטעט- לעך, װאָס הערט זיך אין יענע װײַטע קאנטן?
מוישע ראביינו, א דערהויבענער און א שײַנענדיקער, האָט זיך ארומגעטראָגן לענגױיס דעם עשעלאָן, װאָס איז נאָך ניט אָפּגעקילט געװאָרן פונעם װײַטן וועג. מוישע האָט נאָך געהאט טויזנטער דײַגעס. און אוב פאר אלעמען האָבן זיך שוין געענדיקט אלע צאָרעס, לויפענישן, האָבן זי זיך בא אים ערשט אָנגעהױבן.
די היגע באלעבאטים האָבן אף אים געקוקט מיט דאנקכארע אױגן. מע האָט אים שױין גו געקענט, װײַל דאָס איז, װי שוין געזאָגט געװאָרן, ניט דער ערשטער עשעלאָן איבערוואנדערער, װאָס דער פּארשוין ברענגט אהער.
דאָרטן, ארום דער קלנינקער סטאנציע, װאָס װאָלט געקאָנט הײסן א פּאָלוסטאנעק אין אונדזערע סטעפּישע קאנטן, איז נאָך לאנג געװען טומלדיק. א גרויסער אוילעם -- אָרטיקע און נײַגעקומענע -- האָט זיך געשטויסן ארום דער קונציק אוועקגעשטעלטער ,טריבונע". רעדנער האָבן זיך אלעמאַל געניטן. מע האָט באגריסט די נײַע איבערוואנדערער. יעדער אי זײַן אויפן האָט דער- ציילט, װאָס עס ווארט דאָ אף זיי. מע האָט ניט צוגעזאָגט קיין גרינג לעבן, װײַל ארום אין נאָך קיין שטאָט ניט געווען. בלויז דאָ און דאָרט זײַנען געשטאנען געזעצטע באראקן, באזונדערע הײַזער פון געהילץ און ליים. ניט קיין טראָטוארן, ניט קיין שאָסײען. עס זײַנען געלעגן ברעטער, מע זאָל ניט דארפן זינקען אין דער בלאָטע, דאָ און דאָרט האָט מען געזען שטעקן אין דער ערד טיטשקעס -- דאָס האָט מען געמאכט צייכנס, װוּ עס װעלן אויסוואקסן גאסן, קווארטאלן, געבײַדעס. אָבער דערװײַל איז נאָך ארום געווען פּוסט, װילד, טײַגע. נאָר א מאַדנע זאך! דאָס האָט קיינעם פון דעם היגן אוילעם ניט געקימערט. מע האָט ניט געזען קיין פארומערטע מענטשן, מאנצבלען און פרויען מיט פארדײַגעטע פּענעמער, מיט אראָפּגעלאָזטע קעפּ.
דער מיטינג לעבן דער סטאנציע האָט זיך פארצויגן. פון די ואגאָנען זײַנען שוין ארױיסגעטראָגן געװאָרן די זאכן. פּעסיע איז געשטאנען אין דער זײַט ניט װײַט פון אירע זאכן און דאָס פארברוינטע פּאָנעם האָט אויסגעדריקט פארלױירנקײַט. אף אירע אויגן האָבן נאָך געגלאנצט טרערן נאָך דער רירני דיקער באגעגעניש מיט דאַװידקען. זי האָט זיך פון מאָל צו מאָל ארומגעקוקט אף דער ארומיקער פּוסטקײַט, אף די צעװאָרפענע באזונדערע הײַזער, באראקן און, זעט אויס, געװען ניט גאָר באנײַ סטערט. נאָך מער, אף איר פּאָנעם איז געװען צו באמערקן א שאָטן פון אנטוישונג. דער קאנט איז געווען א שיינער, שטארק געפעלן איז איר אָט די הויכע גרינע סאָפּקע, װאָנ' שטייט װי א וועכטער. זי האָט זיך ניט געקאַנט פאָרשטעלן, מיט װאָס איז איר טאכשיט געװען אזוי באגײַסטערט, ווען ער האָט איר געשריבן פונדאנען אזעלכע הייסע בריוו און גערופן, געבעטן, געפאָדערט, מע זאָל זיך לאנג ניט פארטראכטן און קומען גלײַך אהער... זעט אויס, נאָר זי, זלאטקע, איז געװען די סיבע פון דעם, װאָס עס האָט דאָװידקען אװעקגעטראָגן אין אױסרײַסעניש.
פּעסיע האָט פון מאָל צו מאָל, זעענדיק, װי זלאטקע רוימט עפּעס אײַן דאָװידקען אפן אויער, װיאזוי מע לאכט, א טאָרע געטאָן מיטן עלנבויגן שויעלן, א װונק געגעבן אפן גליקלעכן פּאָרל, און שטילערהייט א זאָג געטאָן:
-- נו, שויעל, ביסט עפּעס א מייוון?
-- װאָס זשע?
-- זעסט, ויָאזוי מע שושקעט זיך?
-- װאָס זשע, טײַערע, איך זע ניט?
-- װאָס זשע קאַנסטו מיר זאָגן?
-- װאָס איך קאָן דיר זאָגן, פּעסיע? איך קאָן דיר זאָגן, אז װען איך װאָלט געװען אין זײַנע יאָרן, װאָלט איך אויך ניט דורכגעלאָזט אזא כײינעװדיק קינד...
-- איך זע, אז איך האָב מיט דיר געטראָפן.. -- האָט זי זיך א בייזער געטאָן אפן מאן, -- און איך האָכ געמיינט, אז כאָטש איצט װעסטו זיך ניט כאָכמענען. איך קאָן שװוערן, אז דאָס האָט זי אים אראָפּגעפירט פונעם גלײַכן וועג און צוליב איר איז ער אהער געפאָרן...
-- נארישע, װאָס רעדסטו? -- האָט ער א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. -- איך זע, אז דו האָסט ניט, פּעסיע, גאָט אין הארצן. װער װייסט, עפשער איז דאָס א באשערטע זאך? עפשער אין דאָס דער גוירל...
-- דער גוירל, דער שמוירל! -- האָט זי אים איבערגעשלאָגן. -- װאָס זשע, אזא יונגער באָכער נעמט און ליבט זיך נאשפּיץ אײַן? װאָס זשע, ער האָט ניט געקאַנט א ביסעלע צוווארטן? ער האָט מוירע געהאט, ער זאָל, כאַלילע, ניט פארזיצן ביז די גראָװע האָר, צי זי, די זלאטקע?..
-- ע, פּעסיע טײַערע, -- האָט ער זיך אזש פארקרימט, -- איך זע, אז ניט נאָר דו האָסט ניט קיין גאָט אין הארצן, נאָר, דאכט מיר, קיין זיקאָרן האָסטו אויך ניט... זאָג מיר, מײַן טײַערינקע, װען
21
מע האָט אונדז אין באפּאָליע פארקנאסט, זײַנען מיר מיט דיר ניט געווען פּונקט אזעלכע צוציקעס? און דערװײַל -- פונוואנען איז דאָס געדרונגען, אז מע איז שוין כאָסן-קאלע?
-- עפּעס דאכט זיך מיר אויס...
-- מאלע װאָס עס דאכט זיך אויס!.. שפּײַ אויס דרײַ מאָל און טראכט ניט קיין נארישקײַטן. דו כאפּ נאָר א קוק, װאָס ארום טוט זיך...
-- װאָס טוט זיך און אף װאָס זאָל איך קוקן? -- האָט זי זיך א בריקעווע געטאָן, --- דערװײַל זע איך נאָך גאָרניט. מיר זײַנען אין א װוילדן קאנט, װוּ מע דארף ערשט אָנהײבן אלץ פונעם אָנהײב.
-- נישקאַשע, טײַערע מײַנע, דער הימל איז נאָך ניט בא דער ערד. זע נאָר, סארא שײנקײַט ארום. גאָלד, מאמעש א רײַכקײַט ליגט אונטער די פיס. און מיר דאכט זיך, אז מע װעט קאָנען מאכן דאָ א לעבן. עס איז געקומען א צײַט, װען מיר, עלטערן, דארפן זיך לערנען בא אונדזערע קינדער.
-- װאָס זשע, אין באפּאָליע איז אונדז געװוען שלעכט, אויב, פארשטייט. זיך,. ניט רעכענען די לעצטע פּאַר יאַר, װען עס איז קיין גערעטעניש ניט געווען און מע האָט זיך גוט אָנגעמוטשעט...
-- איך זאָג עס ניט. און דו װײיסט גוט, אז איך בין א מענטש, װאָס קאָן שטענדיק פארדינען דאָס שטיקל ברויט פאר זיך און פאר די קינדער. נאָר האָסט דאָך געזען, װאָס די לעצטע צײַטן האָט זיך אין שטעטל אָפּגעטאָן?
-- װאָס האָט זיך דאָרטן אָפּגעטאָן?
-- אוי, ניט אומזימט זאָגט מען אף אײַך, װײַבער: לאנגע האָר און קורצער זיקאָרן!.. די יונגע כעוורע האָבן זיך א לאָז געטאָן אין דער גרויסער װעלט, װער -- לערנען, װער -- אף די בױוּנגען. האָסטו געקאָנט פארהאלטן לעבן דײַן קליידל דאָװידקען? און די כעוורע אונדזערע װאָלטן אויך מיט דער צײַט אונטערגעוואקסן און אויך ארויסגעפלויגן פון זייער נעסט, און מיר װאָלטן מיט דיר געבליבן זיצן אין באפּאָליע ,דיד דא באבא"... און דו אליין האָסט דאָך מִיך ניט אופגעהערט מוטשען, געזאָגט, אז די קינדער זײַנען אונדזער גאנצער פארמעגן... נו, זײַנען מיר איצט, פּעסיע-לעבן, צוזאמען מיט אונדזער גאנץ פארמעגן... איז װאָס זשע דארפסטו נאָך?
ניט װײַט האָט אָפּנעטראכקעט א פור. עס האָט זיך אָפּגעשטעלט א פריילעכער, א צופרידענער יאָשקע. ער איז אראָפּגעשפּרונגען אף דער ערד און א װוּנק געטאָן צו דאָװידקען:
-- מע קאָן פאָרן!.. |
צוזאמען מיט יאַשקען האָט ער גיך ארופגעטראָגן די זעק און פּעק אף דער פור, און מע האָט זיך געלאָזט פאָרן אהין, װוּ עס זײַנען געשטאנען עטלעכע באראקן און ניט-דערבויטע הײַזער.
דאכט זיך, קיין גליקלעכערע, װי שולאמיס, איז איצט קיין קינד ניט געװען אף דער גאָרער וועלט. זי האָט מאמעש געשײַנט, זיצנדיק באנאנד מיט דעם אָנטרײַבער יאָשקען און קוקנדיק אף די גוט-אָנגעהאָדעװעטע פערדלעך, װעלכע האָבן מיט די לאנגע עקן אָפּגעטריבן פון מאָל צו מאָל די פליגן. שולאמיס האָט פון מאָל צו מאָל געװאָרפן א בליק אף דעם אָנטרײַבער מיט די רויטע האָר און מיט די קלײַען אף דער קורנאָסער נאָז און מיטאמאָל זיך אָנגערופֿן:
-- פעטערל, און װיָאזױי הייסט איר? איך הייס שולאמיס... און איר?
ער האָט זיך א קער געטאָן צו איר, ארומגענומען מיט איין האנט און א זאָג געטאָן: -- יאָשקע...
-- װאָס? יאָשקע? -- האָט שולאמיס זיך פארװוּנדערט. -- איך האָב נאָך ניט געהערט אזא נאָמען... יאָשקע... -- און, א טיפן טראכט געטאָן, צוגעגעבן:
-- ווייסט איר װאָס? איך װעל אײַך רופן פעטער יאשקע, װײַל יאָשקע געפעלט מיר ניט. סע איז ניט שיין...
-- זאָל זײַן אזוי... מיך ארט עס דען! יאשקע -- איז יאשקע, יאַשקע -- איז יאָשקע-.
זיך דערפילט א ביסל היימישער מיטן אָנטרײַבער, האָט זי געפרעגט:
-- פעטער יאשקע... זאָגט נאָר, ווען איר גיט מיר די װישקעס, װאָלטן אײַערע פערדלער מיך געפאָלגט?
-- פארװאָס ניט? װאָס איז זי פאר א נאפקעמינע? -- און, ניט לאנג געטראכט, האָט ער שולאי מיסן איבערגעגעבן די לייצעס, נאָר זי האָט זיך דערשראָקן, מוירע האָכנדיק זי נעמען אין די הענט.
זי האָט זיך אין א רעגע ארום דאָך אײַנגעשטעלט, און גענומען אין די הענט די לייצעס. די פערדלעך אָבער האָבן זיך גלײַך אָפּגעשטעלט -- ניט אהין, ניט אהער.
-- פעטערל, װאָס זשע האָבן זי זיך אָפּגעשטעלט? -- האָט שולאמיס געפרעגט, און דאָס כיינעור דיקע פּענעמל האָט זיך בארויגעזלעך פארקרימט.
-- זיי זײַנען נאָךר מיט דיר ניט באקאנט, וילן זי דיך ניט פּאָלגן, דערנאָך װעלן זי לויפן, פּונקט װי בא מיר. פארשטייסט?
און ער האָט א ברום געטאָן אף די פערדלעך, זי זאָלן שטעלן פיס:
-- זעסטו, שולאמיס, װי זי הערן זיך צו צו מײַן שטים? דאָס איז דערפאר, װאָס מיר זײַנען מיט זיי שוין אלטע באקאנטע. און דערצו נאָך, האָדעװע איך זיי די גאנצע צײַט..
28
נאָך דער פור האָבן געשפּאנט דער טאטע, די מאמע מיט דאָװידן. מע האָט זיך נאָך אלץ זאט ניט געקאָנט אָנשפּיגלען אין דעם פעסטן באָכער מיט דער טונקעלער טשופּרינע, װאָס דאָס מעכײַע- דיקע װוינטל האָט די גאנצע צײַט מאמזעריש צעשויבערט און צוגעגעבן דעם באָכער א סאך כיין.
איבערשלאָגנדיק איינער דעם אנדערן, האָבן שויעל און פּעסיע ניט אופגעהערט דערציילן װעגן דעם װעג, װעגן מוישע ראביינו, װעגן דער היים. דאָװיד האָט פון מאָל צו מאָל ארײַנגעשטעלט זײַן װאָרט, דערציילט, װוּ מע האָט אָנגעהױבן בויען די צענטראלע גאכ, װוּ ס'װועט זײַן דער שטאָט- פּלאץ, די אנשטאלטן, קראָמען, זאװאָדן און פאבריקן. און די מוטער האָט געקוקט אף דעם פּוסטן ארום, אף דער טײַגע, געקנייטשט מיט די אקסלען און געזאָגט:
-- איך האָב געמיינט, לייענענדיק דײַנע בריוולעך, אז דו רופסט אונדז אין א שטאָט, װו עס זײַנען שוין פאראן גאסן, הײַזער... אפילע קיין טראָטואר איז בא אײַך ניטאָ, אויסגעלייגט ברעטער... אָן קאלאָשן קאָן מען דאָ דערטרונקען װערן אין אײַערע סליאָטעס... און דאָס אין דאָס גליק?..
-- אײַ, מאמע, װאָס רעדסטו! -- האָט דאָװיד זיך געפּרוװוט אָפּשלאָגן פון איר, -- דאָ גייט די בויונג זייער גיך... ווען מיר מיט יאָשקען זײַנען פאראיאָרן אהער געקומען, זײַנען נאָך אָט יענע גאסן ניט געווען. איר זעט, וויפל עס בויען זיך הײַזער?.. דאָ װעט זײַן א שטאָט, אז די גאנצע װעלט װעט אונדז מעקאנע זײַן... אָט װעלן מיר קומען צו אונדז אין צימער, װעל איך אײַך באװײַזן דעם פּלאן פון דער שטאָט... די באראקן און די הילצערנע שטיבער װעלן מיר שפּעטער אראָפּנעמען. דאָס איז נאָר אף א צײַט. מע דארף דאָך אײַנאָרדענען די איבערוואנדערער...
שויעל האָט אלעמאָל איבערגעשלאָגן, קעדיי פּעסיע זאָל ניט אװעק צו װײַט און ניט דערגיין דעם בענאָק די יאָרן. און קוקנדיק, װי זשוואווע יאַשקע טרײַבט די פערדלעך, האָט ער א טאָרע געטאָן מיטן עלנבויגן דעם זון:
-- זאָג נאָר, דאָװידקע, אין דײַן לעצטן בריוול האָסטו געשריבן, אז יאָשקע האָט געענדיקט קורסן פון מעכאניזאטאָרס און ער פאָרט שוין אף א מאשין.. װאָס זשע איז דאָס פאר א מאשין?
-- ניט געזאָרגט! אינגיכן װעלן קומען אהער מאשינען... דערװײַל פאָרט ער אף א פור און עס באקומט זיך בא אים ניט שלעכט...
א טראכט געטאָן, האָט דאָװידקע פאַרגעזעצט:
-- און ביכלאל, טאטע, דארף מען זיך דאָ אף גאָרנישט ניט װוּנדערן, ביז מירן ברענגען די שטאָט צו א שטיקל לײַט, װעט אויסקומען זיך מיט אלץ פארנעמען. מיר בויען, לעמאַשל, הײַזער, נאָר אײנצײַטיק קומט אויס קאָרטשעװען די טײַגע, מאָסטען די טראָטוארן, בויען די בריק.. אָט זעסט, סארא טײַך בא אונדז? בירע.. א װוּנדער! זױבערע ואסער, װי קרישטאָל. הײַנט װען דו פארזוככט נאָך אונדזערע פיש, װאָלסטו זיך מעכײַע געוען...
און דאָװיד האָט אויסגעשריען צו יאָשקען:
-- ברודערקע, ווייכט ניט, פיש פון דער בירע האָט מען הײַנט געכאפּט?
-- װאָס זשע? מירן באגעגענען אזעלכע טײַערע געסט און זיי מיט אונדזערע פיש ניט מעכא- בעד זײַן? אלץ װעט זײַן ראיעל... װאָס זשע...
-- מיילע, איך בין דיר מויכל די פיש, -- האָט איבערגעשלאָגן פּעסיע, -- װוּהין פירסטו אונדז? איך װאָלט שוין א באלן געװוען זיך ארומוואשן פונעם שטויב, זיך א ביסל אָפּרוען.-.
-- באלד, באלד, מאמע... אָט זײַנען מיר שוין גאנץ נאָענט פון אונדזער היים...
און ער האָט א װוּנק געטאָן אף די באראקעס, וועלכע האָבן זיך אָנגעזען אין דער טײַגע, ניט װײַט פונעם טײַך.
אויב פּעסיע איז געווען אזוי אומגעדולדיק און ארויסגעקוקט, אז דער װעג זאָל זיך גיכער ענדיקן און מע זאָל קומען אף אן אָרט, הייסט עס נאָך ניט, אז װעגן דעם האָט געטרוימט שולאמיס. זי האָט זיך שוין צוגעװווינט צו די פערדלעך און ניט ארויסגעלאָזט די ווישקעס פון די הענט. און -- א מאָדנע זאך! די פערדלעך האָבן זיך צו איר אויך צוביסלעך צוגעװוינט. אָט האָט זי א צי געטאָן די לייצעס לינקס, האָבן די פערדלעך פארקערעוועט לינקס, האָט זי א צי געטאָן די לייצעס רעכטס, האָבן זיי אויסגעפילט איר קאָמאנדע, און דאָט האָט בא שולאמיסן ארויסגערופן א הילכיקן געלעכטער. זי האָט געװאָלט, אז דער ועג זאָל זיך הײַנט ניט פארענדיקן. זי האָט אפילע אָפּגעשטױסן פון זיך ביידע שוועסטערלעך, וועלכע האָבן אויך געװאָלט א פּרווו טאָן נעמען די לייצעס אין די הענט, נאָר די מיזינקע איז געװען שטאָל און אײַזן: דאָס ניט! דער פעטער יאָשקע האָט איר פארטרויט אָנטרײַבן די פערדלעך, װעט זי די לייצעס קיינעם ניט איבערגעבנן. בעשום-אויפן!
דאכט זיך, אז פונעם גאנצן װעג איז איר בעסער פון אלץ געפעלן געװאָרן אָט די אומפארגעס- לעכע יאזדע מיטן פעטער יאָשקע, אף װעלכן זי האָט איצט געקוקט, װי אף א גאָט, ניט געקוקט אף זײַן רויטער טשופּרינע און אף די קלײַענדלעך אף זײַן קורנאַסער נאָז.
29
דאָװידקע איז געווען גליקלעך. פון דער באגעגעניש מיט די עלטערן, מיט די שװעסטערלעך. עמעס, די מאמע האָט א פּאַר מאָל זיך פארקרימט, װען ער האָט זי א פרעג געטאָן, װי געפעלט איר דער קאנט. זי איז, זעט אויס, ניט שטארק באגײַסטערט געווען פון דער שווערער װײַטער רײַזע און דעריקער דערפון, װאָס זי האָט דאָ נאָך ניט געטראָפן קיין גרויסע שטאָט, אף וועלכער זי האָט זיך געריכט, נאָר אירע שטעכווערטלעך, לעמײַ האָט ער זיך פארקליבן אין אזא קאנט, האָט ער דורכגעלאָזט פארבײַ די אויערן, און דער טאטע מיט זײַנע וערטלעך, װאָס ער האָט ארײַנגעשטעלט פון מאָל צו מאָל, האָבן געמאכט דעם איניען לינדער. דאָװיד איז געווען אפן זיבעטן הימל דערפון, װאָס הײַנט האָט זיך אויסגעגעבן אזא גאָלדענער טאָג. א גליק, װאָס דער עשעלאַן איז ניט געקומען אהער צוריק מיט א פּאָר טעג, װען דער רעגן האָט געגאָסן, װי פון עמערס, און מע האָט איבער דער ערד ניט געקאַנט גיין. א שווערע כמארע איז געלעגן איבערן ארום און מע האָט אפילע ניט אָנ" געזען אָט די גרויסע סאָפּקע פון יענער זײַט בירע, װאָס גיט צו דעם ארום א װוּנדערלעכן כיין.
ערשט הײַנט באגינען האָט זיך אױסגעלײַטערט דער הימל. די זון האָט זיך גענומען פאר איר אוווידע, און עפּעס מיטאמאָל האָט זיך אלץ געענדערט, אָנגעגאָסן געװאָרן מיט גינגאָלד, מיט כיין, מיט לעבן. און טאקע, אין אזא טאָג װעט זיך דער ערגסטער מאָרעשכױרעניק פארליבן אין אָט דעם קאנט.
יאָ, בעעמעס -- א גרויסארטיקער טאָג! עס אָטעמט זיך נאָך די גוסרעגנס און בייזע װוינטן אזוי גוט, אז מע קאָן פארכלינעט װערן פון פארגעניגן.
דאָװידקע האָט זיך פון מאָל צו מאָל אומגעקוקט אהין, אין דער ריכטונג צום װאָקזאלכל. ער האָט ניט פארשטאנען,. פארװאָס. זלאטקע האָט זיך צונויפגעמישט דאָרטן מיטן אוילעם און איז ניטאָ באנאנד. װאָס זשע איז מיט איר געשען? זי האָט זיך אזוי העפלעך באקענט און געגריסט מיט זײַן מאמען, מיטן טאטן, מיט די שוועסטערלעך. צי דען האָט איר די מאמע עפּעס געזאָגט ניט אזוי און דאָס מיידל האָט זיך באליידיקט, אָדער גאָר זיך דערשראָקן פאר איר? א מאָדנע זאך!
זי, זלאטקע, האָט אים דאָך צוגעזאָגט, אז װען זײַנע עלטערן װעלן קומען, װעט זי העלפן צוגרייטן צום טיש, העלפן זי זיך אײַנאָרדענען אף נאכטלעגער. זי האָט, דאכט זיך, אָפּגעבאקן פּלעד צעלעך מיט מאָן, עפּעס אָפּגעבראָטן. װאָס זשע איז אזוינס געשען מיט איר?
דאָװידקע האָט אלץ שטארקער אָנגעהױבן נערווירן. ער װאָלט זיך אומגעקערט, צוגעלאָפן אהין, װוּ זי האָט זיך פארהאלטן און געבעטן, זי זאָל דערקלערן, פארװאָס איז זי אָפּגעשטאנען פון דער פור? נאָר וי האָט ער געקאַנט אלעמען איבערלאָזן און זיך אומקערן? שיקן אהין יאָשקען, איז אויך ניט געװען קיין פּלאן, יענער קאָן קאליע מאכן דעם גאנצן איגיען. :
די פור האָט זיך דערנעענטערט צו די באראקן. ניט װײַט זײַנען געשטאנען פרויען און מאנצבלען, וועלכע האָבן זיך אַקאָרשט, זעט אויס, אומגעקערט פון דער ארבעט. עס האָט זיך געהערט א געשריי און א טומל פון די קינדער, װעלכע האָבן זיך געשפּילט ארום די טישלעך און בענק, װוּ געװיינלעך שפּילן די מאנצבלען נאָך דער ארבעט אין שאָך, אין דאמקעס.
דער װאָגן איז צוגעפאָרן צו דער עקסטער טיר פון א לאנגן באראק, און דאָװיד מאזור האָט זיך אָנגערופן צום אוילעם:
-- נו, טײַערע שכיינים, נעמט אוף געסט! מײַנע עלטערן מיט די קינדער זײַנען אהער געקומעןי..
-- זײַ געגריכט מיט דײַנע געסט!
-- וו דאָברי טשאס...
-- זאָל זײַן מיט גליק... :
פון אלע זײַטן האָבן זיך אהער א לאָז געטאָן די שכיינים, קינדער האָבן ארומגערינגלט די פור. אין א פּאָר רעגעס ארום זײַנען פּעסיע און שויעל שוין געשטאנען ארומגערינגלט מיט אופגעלעבטע, שמייכלענדיקע מענטשן. װער עס האָט געכאפּט פונעם װאָגן א וואליזע, װער א קלומעק, א קאָרזינע. די קלענערע כעװרעלײַט זײַנען אויך ניט געשטאנען אין א זײַט, פּרוּונדיק מיט װאָסזניט-איז העלפן די עלטערע.
א גרויסער פּוסטלעכער צימער, װוּ עס זײַנען געשטאנען בא די װענט צוויי אפגיך צונויפגעשלאָי גענע טאָפּטשאנעס, פארדעקטע מיט סאָלדאטישע קאָלדרעס, א ניט-געשניצטער טיש און צוויי לאנגע בענק, און אף די ריין-אויסגעקאלכטע װענט -- עטלעכע בילדער, אויסגעשניטענע פון א פּאָר איליוסטר רירטע זשורנאלן, א גיטארע אף דער וואנט און בא דער טיר א פּאָר הענגערס, װוּ עס זײַנען געהאנגען עטלעכע רעקלעך, מאנטלען. עטװאָס אין א זײַט -- א שאפקעלע מיט ביכער, צײַטונגען, העפטן, שרײַב" מאכשירים. די גאנצע אויסשטאטונג, דאָס ביסל באָכערישע מעבל און די צװויי טאָפּטשאנעס האָבן געזאָגט איידעס, אז דאָ װוינען די צװײ גוטעברידער -- דאָװידקע און יאָשקע, -- און דאָ פאר" ברענגען זי זייער פרײַע צײַט.
-- נו, אָט, מײַנע טײַערע, זײַט איר שוין אינדערהיים, און פילט זיך טאקע, װי בא זיך אינדער" היים... -- האָט זיך אָנגערופן דאָװידקע,. ארײַנברענגענדיק פון דער פור די לעצטע ואליזע. -- די
25 30
כאטע, אויב זי איז אײַך געפעלן, גײט דערװײַל אריבער אין אײַער פוֹלן רעשוס, ביז איר װעט באקומען א נײַע װוינונג... דאָװידקע האָט געכאפּט אן עמער און אװעקגעלאָפּן צום ברונעם. געניט ארופגעצויגן אן עמער וואסער פון דער טיף, ארײַןמיטן עמער אין צימער און אים אוועקגעשטעלט אף א טאבורעטקע, גע- בראכט אן עמאלירטע שיסל, א גרויסע קופּערנע קװאָרט, א האנטעך: -- וואשט זיך ארום פון וועג... איידער עפּעסיװאָס האָט יאָשקע געכאפּט די קװאָרט, אָנגעשעפּט פונעם עמער קאלטע וואסער און א צופרידענער זיך אָנגערופן: -- מומע פּעסיע, פעטער שויעל, פארזוכט נאָר, זײַט אזוי גוט, אונדזער וואסער... דאָס איז ניט קיין וואכער, נאָר עמעסער באלזאם. איר װעט זיך מעכײַע זײַן! איך קאָן אײַך שווערן, כּא װאָס איר װי?ט, אז איר װעט אױספאָרן אונדזער גאנצע פּאַדאַליער גובערניע, װעט איר אזא וואסער ניט געפינען, אף מײַן װאָרט! -- אוי, איך װיל זייער א טרונק! -- האָט אויסגעשריִען די מיזינקע שולאמיס. זי האָט זיך אָנגעטרונקען, איבערגעגעבן די קװאָרט דער מוטער און יענע -- שױעלן. -- װאָס עמעס, איז עמעפ!.. -- האַט זיך געקװיקט מיטן טרונק שויעל. -- גאָלדענע וואסער. מיט אזא וואסער קאָן מען זיך ניט סאמען... -- דאָקטוירים זאָגן, אז אזא וואסער הלט מענטשן פון א סאך קרענק.. -- האָט זיך צע שײַנט דער באָכער, אַנעמענדיק נאַך א קװאָרט פונעם עמער און דערלאנגענדיק די קינדערלעך, וועלכע האָבן צו אים אויסגעצויגן די הענט. -- איר שטעלט זיך טאקע ניט פאָר, סארא וואסערן איר קאָנט קריגן אין אונדזערע קאנטן.. --- האָט ער פאַרגעזעצט, און פּעסיע מיט שויעלן האָבן אָנגעקוקט דעם פארפּאליעטן באַכער, זיך געוווּנ- דערט, דערמאַנענדיק זיך, אז אינדערהיים, אין באפּאַליע, איז דאָס געווען אן אײַזערנער שװײַגער. און שױיעל האָט ווידער אָנגעשעפּט וואסער און גענומען טרינקען. -- כאווער שויעל! -- האָט עמעצער פון די שכיינים אִים אָפּגעשטעלט, -- װאָס טוט איר? לאָזט איבער אָרט פאר א ביסל מאשקע... אי מיין,. אז צולִיב אזעלכע געהויבענע געכט, װעט דאַד ווידקע הײַנט שטעלן א ביסל מאשקע, עמעכע, אונדזער ביראַבידזשאנער... -- װאָס זשע, -- האָט זי צעשמייכלט שױיעל, -- איך זע, אז קיין שטאָט איז נאַך נישטאָ און איר האָט שוין אייגענע מאשקע?.. 4 -- אוואדע! מעכײַעדיקן װײַן... אלץ איז שוין בא אונדז פאראן, -- האָט אונטערגעכאפּט א צווייטער, --- װאָס זשע מיינט איר, אז בא א יאָמטעװ, א באגעגעניש, א מאַלצײַט קומען מיר אָפּ מיט קאלטער ברונעם-וואסער? : דער אוילעם האָט געלאכט, און יאָשקע איז צוגעגאנגען נעענטער צו -שויעלן. - -- װאָס דארפט איר גאַר א סאך, פעטער שויעל? יענע. װאָך זײַנען מיר. מיט דאָװידקען געווען אָט דאָ ניט װײַט אין א ייִשעוו, קולדור הייסט ער... אָט דאָרטן איז פאראן וואסעה --. אוא איז,. דאכט זיך, אין גאנצן לאנד. ניטאָ. וואסער, װאָס היילט פון א סאך קרענק. גענוג. עטלעכע: טעג טרינקען די וואסער . פון קולדורער. קוואל, דארף מען שױן קיין דאַקטער ניט האָבן.. 6 א .; -- -- װאָס רעדסטו? איז דאָך גוט, יאָשקע; װאָס מיר זײַנען :אהער' געקומען, --;האָט שויעל מאמזעריש א װוּנק געטאָן מיטן אויג. זשׁ | ! טטשׂ' 4 זי ִנִשא --- יאַ,. יאָ; פרעגט דאָװידקען װעט ער אײַ זאָגן. און. אלע. ווייסן עס שוין. דאָרטן האָט מען אַנגעהױבן בּויעְן א קוראָרט. ער װעט הייסן.,קולדור" און דאָרטן װעט מען מיט דער וואסער. היילן קראנקע... : יי יאָשקע האָט גערעדט און שיר ניט פארכלינעט געװאָרן פון האנאָע,
-- מעכײַעדיקע וואסער!.. אפילע אף קאווקאז איז ניטאָ אזא. און איר וייסט, װיָאזױ מע האָט זיך
דערװוּסט וועגן דעם דאָזיקן קוואל? ס'איז אן אינטערעסאנטע געשיכטע. מע דערציילט, אז אין די דאָזיקע קאנטן האָט אמאָל איינער א יעגער אונְטערגעשאָסן א הירש. און דער דאָזיקער הירְשׁ. האָט, אָפּגײענדיק מיט בלוט, אוועקגעהונקען אין דער טיפעניש פון דער טײַגע. זיך, נעבעך, געשלעפּט א גאנצע נאכט און זיך ארויסגעשלאָגן פון די קויכעס. ער האָט געמיינט, אז ער שטארבט.
-- ווער שטארבט -- דער הירש, דער יעגער? -- האָט איבערגעשלאָגן שויעל.
-- גֵיין! פּריטשאָם איז דאָ דער יעגער? -- האָט זיך א בייזער געטאָן יאַשקע, -- דער הִירשׁ האָט געמיינט, אז ער שטארבט אוועק... האקיצער, ער האָט זיך קוים מִיט צאָרעס דערשלעפּט צו דעם קווא? און זיך אָנגעטרונקען, ארומגעוואשן די װוּנד מיטן וואסער און, װאָס דארפט איר א סאך =- געבליבן לעבן!
-- נו, יאָשקע, און דער יעגער?..
1
-- דער יעגער? דער יעגער האָט זיך געלאָזט נאָכן בלוטיקן שפּור פון דעם הירש, פארשטאנען, אז דער הירש װעט אומפאלן און אָפּגעבן גאָט די נעשאָמע, װעט ער, דער יעגער, אים נעמען אף די פּלײיצעס און ברענגען אהיים דאָס פלייש. געגאנגען, געגאנגען, און דער בלוטיקער שפּור האָט אים, דעם יעגער, הייסט עס, פארפירט ביזן קוואל. און דאָ האָט זיך איבערגעריסן דער שפּור. זעט אויס, מיטן וואסער האָט דער פארװוּנדעטער הירש זיך אויסגעהיילט און אוועק מיט זײַן גלײַכן גאנג אין דער טײַגע...
-- פונוואנען איז עס געדרונגען, אז דער הירש איז אװעק?!
-- װאָס הייסט? מער איז קיין בלוטיקער שפּור ניט געווען...
-- און עפשער האָט זיך גראדע דאָ, באם קוואל, ארופגעװאָרפן אפן פארװווּנדעטן הירש א װאָלף, א טיגער און אים אופגעגעסן? -- איז שויעל ניט אָפּגעשטאנען.
-- דאָס קאָן ניט זײַן! װען זײ עסן אוף דעם פארװוּנדעטן הירש, װאָלטן באם קוואל געבליבן זײַנע ביינער... און דאָ איז גאָרנישט ניט געווען. נאָך דער געשיכטע מיטן פארװוּנדעטן הירש האָט דער אוילעם פארשטאנען, אז דאָס איז געטלעכע וואסער אין קוואל און זי היילט פון אלע כאלאסן...
דאָװיד האָט אָפּגערופן יאָשקען אין א זײַט און אים געזאָגט, אז געסט האָדעװעט מען ניט מיט קיין באַבעמײַסעס, זאָל יאָשקע צופאָרן צום װאַקזאל און ברענגען אהער זלאטקען. זי האָט צוגעזאָגט קומען העלפן אופנעמען די געסט, זיי אָנהאָדעװען, עפּעס שטעלן צום טיש. דאָװיד האָט פארקאטשעט די ארבל, איבערגערוקט דעם טיש אוֹן די בענק צום אינדערמיטן צימער און גענומען אוועקשטעלן דאָס ביסל עסנווארג, װאָס איז געווען אין שאפקעלע. דערנאָך איז ער אויך אװעקגעלאָפן זוכן זלאטקען. זי געטראָפן לעבן איר באראק, געבעטן ניט פּראוען איצט קיין בארויגעז און זי זאָל גלײַך מיט יאָשקען קומען צו אים.
אין צימער איז געװען טומלדיק. די קליינינקע דורכגעטריבענע שולאמיס האָט זיך געפּליסקעט בא דער שיסל, זיך געוואשן און, אף איר קוקנדיק, ביידע שוועסטערלעך. דערנאָך האָט זיך ארומ" געוואשן די מוטער, שויעל. אָפּגעפרישטע, ארומגעוואשענע, איז מען אופגעלעבט געװאָרן. די טיר האָט זיך ניט אופגעהערט עפענען און פארמאכן. עס זײַנען ארײַנגעקומען שכיינעס און געבראכט װער א טעלער כאַלאָדיעץ, װוער געזײַערטע פּאָמידאָרן, אוגערקעס.
שולאמיס איז אלע מינוט צוגעגאנגען צום טיש, זיך אונטערגעהויבן אף די שפּיץ פינגער, ארײַנ- געקוקט אין די טעלער, מאמזעריש געקוקט אף דער מוטער, צי מעג מען עפּעס א נאש טאָן נאָר פּעסיע האָט געדרייט מיטן קאָפּ: טשעפּע ניט, ניט שיין אזוי. מע װעט זיך זעצן עסן, דעמלט װעכטו באװײַזן אלץ פארזוכן.
מיט א טומל און דאש איז אינגיכן ארײַן אין שטוב יאָשקע מיט זלאטקען. מע האָט געטראָגן גרויסע טעלער, אף װעלכע עס זײַנען געלעגן פריש-געפּרעגלטע פיש מיט גרויסע קעפּ, ועלכע די געסט האָבן נאָך, דאכט זיך, זינט מע לעבט, אזעלכע ניט געזען.
קוקנדיק אף דעם פארפּאליעטן באלעבאָס פונעם צימער, האָט מען ניט געקאָנט פארשטיין, מיט װאָס איז ער שטארקער צופרידן -- דערמיט, װאָס די פיש זײַנען אלעמען אזוי געפעלן געװען, צי דאָס, װאָס זלאטקע איז ארײַנגעקומען.
הייסט עס, אז זי האָט זיך ניט צעבייזערט, און אים איז גלײַך אראָפּ א שטיין פון הארצן.
-- נו, מומע פּעסל, װי געפעלן אײַך אונדזערע פיש? ערשט נעכטן זײַנען זי נאָך געשװוּמען אין שײַך... און דאָס האָט זי צוגעגרייט אונדזער זלאטקע... איר פארזוכט נאָר -- טאם גאנײידןו זלאטקעס פיש האָבן א שעם אין גאנץ ביראָבידזשאן...
דאָס מיידל האָט זיך פאנאנדערגעלאכט, פארויטלט זיך און א דראָע געטאָן יאָשקען מיטן פינגער:
-- װי שעמסטו זיך ניט אזוינס ריידן?.. געוויינלעכע פיש אָפּגעקאַכט. װער קען דאָס ניט?
דאַװיד מאזור האָט מײַסע באלעבאָס אײַנגעלאדן די געסט און די שכיינים צום טיש. װער עס האָט זיך צוגעזעצט אף די בענק און װער עס איז געשטאנען בא דער זײַט, װי איינער רעדט: נישקאָר שע, מיר זײַנען היימישע, זאָלן זיך די געסט מיט דעם באלענאָס זעצן אױבנאָן. און דערװײַל האָט מען אָנגעפילט די גלעזלעך, און דאָװידקע, א פארפלאמטער, מיט שײַנענדיקע אויגן, איז געשטאנען מיטן גלעזל אין האנט, זיך ארומגעקוקט, געווארט, ביז דער ארומיקער אוילעם װעט זיך בארויִקן, און זיך אָנגערופן:
-- נו, מײַנע טײַערע, בא מיר איז הײַנט א גרויסער יאָמטעװו, א גוטע פרייד. עס זײַנען געקו" מען מײַנע עלטערן, די שוועכטערלעך אין אונדזער נײַער היים. איך װיל גליבן, אז זײ װעט דאָ געפעלן װוערן. און כאָטש די ערשטע צײַט װעט זײַן ניט גרינג, נאָר װער װייסט עס ניט, אז יעדער אָנהײב איז ניט גרינג. מײַנע עלטערן געהערן ניט צו יענע, וועלכע האָבן מוירע פאר שװעריקײַטן. מײַן טאטע איז געווען א גוטער סאָלדאט, װען מע האָט געדארפט מיט א ביקס אין האנט פארטיידיקן אונדזער היימלאנד, און ער האָט ניט שלעכט געארבעט, ווען מע האָט געדארפט אופבויען די היים. איך װיל גלייבן, אז די טײַגע, דער ניט-לײַכטער קלימאט װעט זיי דאָ אויך ניט אָפּשרעקן און זי װעלו
2--5 39
צוזאמען מיט אונדז אלעמען זיך מיִען, ניט זשאלעווען קיין קויכעס, קעדיי העלפן אויסבויען אונדזער געגנט. און אײַך, טאטע, מאמע, וויל איך זאָגן, אז דאָ זײַנען זיך צונויפגעקומען אונדזערע גוטע שכיי- נים, מענטשן, מיט וועלכע מיר ארבעטן האנט בא האנט, האָבן פאר דעם לעצטן יאַר פארזוכט קאלטס און ווארעמס, װי מע זאָגט עס, אופגעגעסן א פּוד זאלץ. גוטע, טײַערע מענטשן... איך גלייב, אז סײַ די מענטשן אונדזערע, סײַ דער קאנט װעט אײַך זײַן צום הארצן און אלץ װעט זײַן גוט... דעריקער, ניט אראָפּפאלן בא זיך, ניט געזאָרגט! פאר דעם לאָמיר אויסטרינקען!
דער אוילעם האָט אויסגעלײידיקט די גלעזלעך, גענומען פארבײַסן, זיך מעכײַע זײַן מיט די געשמאקע מײַכאָלים, װאָס די שכיינעס און, דעריקער, זלאטקע, האָבן צוגעגרייט.
א פארויטלטע, א פארפּאליעטע, האָט דאָס מיידל הײַנט אויסגעזען באזונדערס כײנעודיק און שיין. זי האָט געווארט אפן אורטייל, װאָס די געסט, באזונדערס דאָװידס מאמע, װעט ארױיסטראָגן אירע פיש, און ווען זי האָט זיך דערווארט אף פּעסיעס באניטיקונג-װאָרט, האָט דאָס מיידל זיך צעשײַנט.
פּעסיע איז אופגעשטאנען, ארומגענומען זלאטקען פאר די אקסלען און געזאָגט:
-- נו, אוב דו האָכט אליין אָפּגעקאָכט אזעלכע פיש, קומט דיר א יאשעריקויעך.. נאָר צי האָט דיר ניט געהאָלפן א ביסל דײַן מאמע?..
דער אוילעם איז אײַנגעשטילט געװאָרן, זלאטקעס פּאָנעם איז געװאָרן עטװאָס אָנגעשטרענגט, איבעריק ערנסט. זי האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און שטיל געזאָגט:
-- צום גרויסן אומגליק, האָב איך ניט קיין מאמע... מײַן מאמע האָט ניט דערלעבט... א קורצע צײַט פאר אונדזער ארויספאָרן קיין ביראָבידושאן, איז זי געשטאָרבן. אין וויניצע... אהער בין איך געקומען מיט מײַן פאָטער און צוויי קלענערע שװעכטערלעך...
פּעסיע האָט שטארקער צוגעדריקט צו זיך דאָס מיידל.
-- א געזונט דיר אין דײַנע בינער... זאָל דיר גאָט געבן קױעך, זלאטקע..
און, דאכט זיך, אז פון דער מינוט אָן האָט פּעסיע אף דעם מיידל אָנגעהױבן קוקן מיט גאָר אנדערע אויגן.
יאָשקע איז געװען אין א באזונדערס געהויבענער שטימונג. ערשטנס, דערפאר, װאָס ער האָט באגעגנט אזעלכע טײַערע מענטשן, װי די מומע פּעסיע און דעם פעטער שויעלן, וועלכע ער האָט ליב געהאט נאָך פון יענע װײַטע צײַטן. כוץ דעם, האָט ער אָפּגענומען א גרוס פונעם פאָטער. עמעס, יענער האָט אים נאָך אלץ ניט מויכל געװען, זעט אויס, דאָס, װאָס ער איז פון דער היים דעמלט אװעקגעפאָרן צוזאמען מיט דאָװידקען אָן א זײַ:געזונט, נאָר עס האָט זיך געװאָלט גלייבן, אז איצט, ווען יענעמס בעכטער גוטער-ברודער, שויעל, װעט אים ארױיסשרײַבן אלץ גענוי, װוּ געפינט זיך יאָשקע, װאָס ער טוט דאָ און װאָס פאר א גאָלדענער קאנט דאָס איז, װעט דער טאטע זיך איבערבעטן.
און דערזען, װי די געכט עסן אזוי געשמאק די פיש, װאָס ער האָט בא די פישער נעכטן גע- קראָגן, און א דערווארעמטער פון דער מאשקע, אָנגעהױבן אף א קאָל זינגען:
לאָמיר אלע איניינעם, איניינעם, די טײַערע געסט מעקאבל פּאָנעם זײַן!
דער אוילעם שכיינים האָט אונטערגעכאפּט די ליד און אין צימער האָבן, דאכט זיך, פונעם געזאנג גענומען ציטערן די ווענט.
ווען דער טומל איז שטילער געװאָרן, האָט דאָװיד זיך געװוענדט צו זײַן גוטן-ברודער:
-- יאָשקע טײַערער, איך ווייס, אז בא דיר איז א גאָלדענע שטים און דערצו נאָך א װונדער- לעכער געהער... ניט אנדערש, װי א העלפאנד האָט דיר אָנגעטראָטן מיט איין פוס אפן אױער.. גאָר עפשער װעסטו דעם קאָנצערט אָפּלײגן אף שפּעטער? זעסט ניט, די געסט זײַנען הונגעריק און אין קאָפּ זשומעט בא זיי נאָך דער טומל פונעם עשעלאָן... איז שטילער, בעט איך דיך...
יאָשקע האָט א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען און געזאָגט:
-- שא... דו װילסט, דאָװידקע, אזוי? זאָל זײַן אזוי!.. װעל איך ניט זינגען.
-- אָט, איר זעט, סארא גוטער איז אונדזער יאָשקע... -- האָט דאָװידקע געזאָגט.
עטלעכע מינוט איז געװוען שטיל, דערנאָך האָט פון דער באנק זיך אופגעהויבן א געזעצטער פעסטגעבויטער מענטש אין די פערציקער מיט א פארוואקסן, שטארק פארברוינט פון דער זון און װוינט פּאָנעם, א קורץ העלבלעך בערדל און גרױסע גרינלעכע אױגן. פאריכטנדיק מיט דער שװערער האנט די שיטערע האָר אפן קאָפּ, א װיש געטאָן די קורצע װאָנצעס, האָט עֶֹר זיך אָנגערופן:
-- איד זע, אז בא דעם טיש, כוץ אונדזערע געסט, דאָס הייכט, דאָװיד מאזורס עלטערן, בין איך דאָ דער עלטסטער... .
38
-- נו, און, פארשטייט זיך, דער גרעכטער נאטשאלניק, אונדזער פארוואלטער פונעם סטראָיִטעל" נעם קאָמבינאט... דאָװידס באלעבאָס... -- האָט צוגעגעבן א װוּקסיקע, שווארצכיינעוודיקע, װי א ציגײַ נערטע, פרוי, װאָס האָט געהאלטן א קליין קינד אף די הענט.
-- זאָל זײַן אזוי... -- האָט צוגעשטימט דער נאטשאלניק, דאָס הייסט דער אינזשעניער אָשער מאזין, -- נאָר איך װויל, ערשטנס, אָפּדאנקען די טײַערע געסט אונדזערע, און איך מיין, אז נאָר הײַנט זײַנען זיי געכט, מאָרגן װעלן זי װוערן אף שטענדיק אונדזערע שכיינים. שויעל מאזורן און זײַן ליבער פרוי וויל איך אָפּדאנקען, װאָס זי האָבן אונדז געשענקט אזא טײַערן באָכער, דאָװיד מאזורן. קימאט א יאָר צײַט ארבעטן מיר צוזאמען אין קאָמבינאט, שוין אויסגעבויט ניט װײגיק הײַזער, בארא" קעס, און איך דארף אײַך זאָגן, אז פאר דער צײַט איז ער געװאָרן א גוטער בריגאדיר, א טרײַער בויער, אן אומדערמידלעכער, און זײַן בריגאדע פארנעמט אין קאָמבינאט דאָס ערשטע אָרטײ. איך געדענק ניט, װער האָט אזוי געזאָגט, צי דער דיכטער טיכאָנאָו, צי עמעצער אנדערש: ,גװאָזדי בי כדיעלאט איז עטיך ליודיי, ניע בילאָ ב וו מירע קרעפּטשע גװאָזדײ..."1
-- אוי, מאמע ליבע, -- האָט זיך א כאפּ געטאָן פון שרעק פּעסיע, -- װאָס הייסט עס מאכן פון מענטשן צוועקעס?..
שויעל האָט אָנגעכאפּט פּעסיען פאר דער האנט און זי שטארק א דריק געטאָן:
-- שטילער, נארישע... שרעק זיך ניט... אוב אזא מענטש זאָגט עס, מינאסטאמע װייכט ער, װאָס ער זאָגט...
אַשער מאזין האָט פאָרגעזעצט:
-- איצט זײַנען צו אונדז געקומען דאָװידס עלטערן. און מיר זײַנען אלע זייער צופרידן. מיר האָבן פאנאנדערגעוויקלט א גראנדיעזע בויוּנג, עס שטייט אונדז פאָר אױסקאָרטשעװען א טייל פון דער טײַגע בא דער בירע און אויסבויען א גרויסארטיקע שטאָט. און אלע גלייבן מיר, אז א שטאָט װעט דאָ זײַן איינע פון די שענסטע אפן װײַטן מיזרעך, אין אונדזער קאנט. נאָר מיר דארפן מענטשן, גוטע ארבעטער... האָרעפּאשניקעס, ענטוזיאסטן, אזעלכע װי דאָװיד מאזורי.
דער אינזשעניער האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם, אַנגעצילט דעם בליק אף שויעלן און גערעדט װײַטער:
-- צו אונדז איז דערגאנגען א קלאנג, טײַערער כאווער שויעל, אז אין באפּאָליע, דאָרטן בא אײַך אין פּאָדאָליע, זײַט איר געווען בארימט מיט אײַערע זיפּן. דער מין, צום באדויערן, גייט נאָך בא אונדז ניט אונטער. נאָר װאָס זשע, איר געהערט אויך צו אונדזער פּאראפיע בויער, סטאָליערס, טעסלער. מיין איך, אז גאָט אליין האָט אײַך צו אונדז צוגעשיקט. איר װעט זיך קענען זעצן ארבעטן אין אונדזער קאָמבינאט -- אויסארבעטן ראמען פאר פענצטער, טירן, טאבורעטקעס, בענק און אנדערע זאכן... װאָלט געווען זייער גוט, וען איר שטעלט זיך לעבן אונדז ארבעטן... יעדנפאלס, װען איר װעט קומען אף דער קאָמיסיע מאָרגן, זאָלט איר זאָגן, אז דער נאטשאלניק פונעם בוי'קאָמבינאט אָשער מאזין האָט אײַך פארבראָנירט... איר זײַט שוין אונדזערער..
ער האָט זיך פארכאפּט:
-- אייגנטלעך, דארפט איר גאָרנישט ניט זאָגן דער קאָמיסיע... איך װעל עס זיי אליין איבער" געבן... און איר רוט זיך גוט אויס, װײַל ארבעט װעט בא אונדז זײַן א סאךי..
שויעל האָט זיך פאנאנדערגעלאכט:
-- אַדאָ, זעט נאָר... איך האָב זיך נאָך ניט באוויזן ארומקוקן, און מע האָט מיך גלײַך פארקנאסט! א גרויסן דאנק דערפאר!..
-- בא אונדז, פעטער שויעל, מאכט מען עס גיך, איינס און צװויי! -- איז צוגעגאנגען צו אים יאָשקע און אים ארומגענומען. -- נישקאָשע, פעטער שויעל, לעבן אונדז װעט איר זיך פילן גוט, ס'װועט אײַך זײַן פריילעכער.
-- נו, מאכעטייסע, פון דײַן מויל אין גאָטס אויערן... -- האָט געענטפערט שויעל און זיך אופ" געהויבן, א צעווארעמטער, פונעם טיש.
אינעם גרויסן צימער איז געװען רוישיק, אָנגערײכערט. שויעל און פּעסיע האָבן זיך העפלער אָפּגעזעגנט מיט די נײַע שכיינים, באזונדערס מיטן נאטשאלניק, אָפּגעדאנקט פאר די גוטע װערטער, װונטשן. עס איז שוין געווען נאכט, און דער אוילעם האָט געדארפט זיך פאנאנדערגיין צו די ארומיקע באראקעט, הײַזער אויכרוען די ביינער, װײַל גאנצפרי דארף מען אײַלן צו דער ארבעט. דאָװידקע האָט געהאָלפן די געסט זיך אויסבעטן אף די טאָפּטשאנעס, און צוזאמען מיט יאַָשקען אוועקגעגאנגען אינעם נאָענטן באראק צו אָשער מאזינען איבערנעכטיקן. די קליינינקע שולאמיס האָט ארומגעכאפּט קושן די ,גוטע מומינקע" זלאטקען, געבעטן מאָרגן װידער קומען אהער.
- 1 ווען מע זאָל מאכן צוועקעס פון אָט די מענטשן, װאָלטן אין דער וועלט ניט געווען קיין שטארקערע צוועקעס (רוס.).
24
קאפּיטל זיבן און צוואנציק מיט צאָרעס דאַרף מען איבערנעכטיקן
דארף דען מענטש א סאך?
עס איז גענוג, ער זאָל הערן װעגן זיך א גוט, הארציק װאָרט, פילן צו זיך א גוטע באציונג, זיך באגעגענען מיט גוטע מענטשן, און ער װעט װערן װײיכער, װי טייג, עס װעט אים װערן גרינגער אף דער נעשאָמע און ער װעט זיך דערפילן גוט, װאָס גוט הייסט.
דער קאבאַלעס-פּאָנעם, װאָס דער זון האָט זיי צוגעגרייט, די גוטע שכיינים און פרײַנט, וועלכע זײַנען זיך צונויפגעקומען און פארפולט דעם צימער אין באראק, דער באשיידענער קיבעד און די פרײַנטלעכע ווערטער, וועלכע זײַנען דאַ געזאָגט געװאָרן וועגן דאָװידן, זײַנע עלטערן, האָט װי ארײַני געטראָגן אין דעם פולגעפּאקטן צימער זון, ווארעמקײַט, פרייד.
דאָ זײַנען געווען, דאכט זיך, אזעלכע מענטשן, װאָס מע האָט געקאָנט באגעגענען אין באפּאָליע, אין כאשטשעוואטע, אומאן, פאָקאָליווקע, טאראשטשע, נאָר פון דער צווייטער זײַט, זײַנען דאָס שוין געווען גאר אנדערע מענטשן, כאָטש קיין ביראָבידזשאן איז מען געקומען מיט א יאָר אָדער מיט צוויי יאָר צוריק. געקומען אין דער טײַגע, אף א פּוסט אָרט און זיך געקענט פרייען און גרויסן זיך מיט יעדן איסגעבויטן שטיבל, באראק. מע האָט זיך שוין באוויזן ארײַנציען אין דער שװערער אװווידע, זיך צוגעוווינען צו די נײַע באדינגונגען, צו דער נאטור, צום קלימאט, און זיי װאָלטן דיך אָנגעקוקט, װי א מעשוגענעם, װען דו פרעגסט זיך אָן בא זיי, צי װאָלטן זי ניט געװאָלט ווארפן די גליקן און זיך אומקערן אהיים...
דער אינזשעניער אָשער מאזין, װאָס איז די גאנצע צײַט געזעסן לעבן שויעלן און דערציילט, וויאזוי דער אוילעם ארבעט דאָ און װאָס פאר א שטאָט עס װעט דאָ אױסגעבויט װערן, האָט אים מאמעש פארקישעפט. און דאָס, װאָס יענער האָט אזוי שטארק געלויבט זײַן בענאָק און דעם פרײַנט זײַנעם יאָשקען, האָט אים, שויעלן, דערהויבן ביזן הימל און ער האָט מאמעש אָנגעקװעלט.
און בעעמעס, פון די ערשטע מינוטן, ווען ער האָט זיך באגעגנט אף דעם װאָקזאלכל מיט דאָװידן און זײַנע באקאנטע, דערזען, מיט װאָס פאר אן אָפּשײַ מע באציט זיך צו אים, האָט ער פארשטאנען דעם סאָד, פארװאָס דער זון האָט זיך ניט געװאָלט צוהערן צו דער מוטערס באקאָשעס, מע זאָל זיך אומקערן אהיים.
גיין, דאָס איז אויסגעשלאַכן! דאָװידקע איז, זעט אױס, אף שטענדיק ארײַנגעואקסן אין אָט דער ערד מיט ביידע פיס און פונדאנען װעסטו אים מיט קיין שום צוואנגען ניט ארױסרײַסן. דערצו נאָך, איז גלײַך געווען צו באמערקן, אז אָט די כיינעװודיקע לערערקע, די זלאטקע, איז אים ארײַן מיט ביידע פיס אין הארצן און מע װעט זיך ניט צעשיידן...
און קאָלזמאן דאָס איז אזוי, איז דאָך ניט שײַעך.
ועט אויסקומען פארבלײַבן און זיך דאָ אויסלעבן די יאָרן.
עמעס, דער באראק האָט ניט ארויסגערופן קיין גרויסע באגײַסטערונג. דער צימער איז ענלעך געװוען אף א סאַלדאטישער קאזארמע. נאָר בא דער זײַט איז געזעסן אַשער, און יענער האָט גלײַך פארשטאנען, װאָס שויעלן קימערט אזוי שטארק. ער האָט עס וי אױסגעליענט אין זײַנע אױגן און אים אײַנגערױמט אפן אױיער, אז ער האָט זיך ניט װאָס צו זאָרגן. אָט דאָרטן, בא דער בירע, אפן הויכן שיינעם ברעג, האלט מען אין בויען א נײַע גאס, עמעס, פון אײינשטאָקיקע, הילצערנע, נאָר ווארעמע הײַזער. װעט איין הויז געהערן שויעלן מיט זײַן מישפּאָכע. דאָס איז שוין אן אָפּגערעדטע זאך. די װענט פון דער שטוב שטייען שוין און, קעדיי ענדיקן די שטוב, דארף מען צולייגן ניט קיין סאך האַרעואניע, װײַל דער גאנצער אוילעם פונעם בוי-קאָמבינאט האלט שטארק פון דאַװידן און מע װעט זיך אונטערגארטלען, און אין א קורצער צײַט ארום װעט שויעל מיט דער מישפּאָכע קאָנען אַפּריכטן א שיינעם כאנוקאס-האבאיס.
אזוי גאָר?
הייסט עס, איז גערעכט יענץ װערטל, אז ,דער סאָלדאט שלאָפט, און זײַן דינסט גײט.." בע- עמעס, װאָס זשע פאר פארדינסטן האָט פאר דער נײַער שטאָס שיעל, װעמען מע טראָגט אונטער דאָס טעלערל פון הימל צום מויל? װי װעט קוקן אף דער זאך דער ארומיקער אוילעם, װאָס לעבט אין דער ענגשאפט, אין די באראקעס? און װיָאזוי װעט אף דער זאך קוקן אפילע ער, דער איגזשע- ניער אַשער מאזין, וועלכער װוינט אליין אויך אין א צימערל אין דעם זעלבן באראק?
35
דערצו האָט אָשער געענטפערט, אז קיינער װעט ניט זײַן באליידיקט, װײַל די שטוב האָט מען אויסגעטיילט פאר דאָװידן מיט זײַנע עלטערן שוין לאנג. און ער האָט עס קאָשער פארדינט. דערצו נאָך װעט מען איבערפירן אין די נײַע הײַזער א סאך. אײַנװױנער פון די באראקן. און װאָס איז שײַעך אים, אַשערן, איז ניט געפערלעך, װײַל דאָס װײַב איז אין מינסק א דירעקטאָר פון א נייזפאבריק, און דערװײַל לאָזט מען זי ניט אָפּ. זי װעט אריבערפאָרן צו אים. ניט פריִער, װי אין א האלב יאָר ארום, און ביז יענער צײַט קאָן ער בעקאָװעד גאָדל װױינען דאָ, אין באראק. אייגנטלעך, ער איז אזוי פאר- טאָן, ער האָט אף זיך א יאם מיט ארבעט און אים קומט אויס ניט לאנג רוען, און אָפּנארן דעם שלאָף אף א פּאָר שאָ אין מעסלעס, קאָן ער אויך אין באראק, אין זײַן צימער.
שויעל האָט געקוקט אף דעם מענטשן מיט ברייט צעעפנטע אױגן. ער האָט פארשטאנען, אז מיט אזעלכע מענטשן, װי אָט דער אָשער, און די מענטשן, װעלכע רינגלען אים ארום איצט, קאָן מען ניט נאָר אויסבויען א גרויסארטיקע שטאָט, נאָר אפילע קערן בערג!
און ער האָט זיך גלײַך גענומען דערפרעגן, װען דארף ער ארויסגיין, שויעל, אין קאָמבינאט און זיך שטעלן אויסארבעטן טירן, ראמען פאר די פענצטער און אנדערע סטאָליערישע זאכן.
אַשער האָט אים געענטפערט, אז עטלעכע טעג דארף ער װעגן דעם ניט טראכטן. מע דארף א ביסל קומען צויזיך נאָך דער װײַטער רײַזע. און דערנאָך װעט אויסקומען אװעקגיין מיט א ברי" גאדע אין דער טײַגע, וואלגערן ביימער, צוגרייטן סלופּעס, אָנזעגן ברעטער, קעדיי מע זאָל אויס" בויען א גרויסן סטאָליער-צעך.
און נאָך האָט ער געזאָגט שויעלן,. דערװיסנדיק זיך, אז יענער איז א געוועזענער. סאָלדאט און א גוטער האַרעפּאשניק, אז דאָ שעמט מען זיך נישט מִיט גאָרניט. דאָ װעט אויסקומען טאָן אלץ: בויען הײַזער, באארבעטן די ערד, פארזעצן קארטאָפל -- דאָ דארף מען זיך פארלאָזן בלויז אף זיך.
פּעסיע האָט אויך פארשטאנען, אז עס װעט אויסקומען אָנהײבן פון בעריישיס, פּונקט אזוי, וי אירע עלטערן האָבן אָנגעהױבן, װען מע האָט זיך באזעצט אין באפּאָליע און געדארפט זיך אויסי בויען א שטיבל אוֹן פארפלאנצן א גאָרטן, א סעדל. זי האָט זיך ניט פאָרגעשטעלט, וויפל צײַט דאָס דארף פארנעמען, און וויפל יאָר עס װעט דערוף אויסקומען פּאטערן. צי װעלן סטײַען קויכעס, יאָרן, אלץ אַנהײבן פונדאָסנײַ?
איר, פּעסיען, זײַנען אויך, פּונקט װי דעם מאן, געפעלן געװאָרן די מענטשן, װאָס האָבן זי פּרײַנטלעך ארומגערינגלט, זי האָט זיך אויך דערפילט, פּונקט װי עֹר, שויעל, דערהויבן און דאָך איז שווער געווען גלײַך באשטימען, צי מע דארף זיך דאָ באזעצן אף שטענדיק. |
עס איז צוגעפאלן די נאכט, און דער אוילעם האָט זיך שוין אָפּגעזעגנט און מע האָט פארלאָזט דעם גאסטפרײַנטלעכן צימער, װוּ פריִער האָבן געװוינט דאָװידקע און יאָשקע און װוּ מע פלעגט זיך גאנץ אָפּט אהער צונויפקומען פון די ארומיקע באראקעס פארברענגען, זינגען לידער, טרינקען טיי, זיך טיילן מיט די נײַס, זיך טיילן מיט די פריידן און ליידן.
די צוויי טאָפּטשאנעס האָבן גלײַך פארכאפּט -- איינעם שולאמיס און דעם צװײטן -- אירע ביידע שוועסטערלעך. אויסגעבעט די קינדער דאָס ביסל בעטגעוואנט, װאָס מע האָט מיט זיך גע" בראכט פון דער היים, האָט פּעסיע גיך באלייגט די קינדער. זיך און דעם מאן האָט זי װײניטאיז אויסגעבעט אפן הילצערנעם דיל, און דערבײַ זיך דערמאַנט, סארא גוטע געלעגערס מע האָט פאר- מאָגט אינדערהיים. און װוּ אלץ איז דאָרטן געװען אפן אָרט. דאָ זײַנען ניט געװען א סאך זאכן. דערצו נאָך האָבן ניט געלאָזט צומאכן מיט אן אויג די מיַעסע פליגלעך און קאָמארעס, װאָס האָבן געריסן שטיקער פלייש. פּעסיע האָט נאָך אף איר לעבן ניט געזען אזעלכע פּריטשעפּעס! דו באװײַזט ניט אָפּטרײַבן איין פליגל, װי דאָס צווייטע האָט א ביס געטאָן. מיילע, זי װעט נאָך יאקאָס לײַדן, אָבער װאָס טוט מען מיט די קינדער? דעריקער האָבן די שלעק ניט געלאָזט רוען שולאמיסן. דאָס גאנצע פּאָנעם איז שוין געווען צעביסן, און די קליינינקע האָט ניט אופגעהערט מיט זיי קעמפן, זי טרײַבן פון זיך און זיך בייזערן.
דאָװידקע האָט געפּרוווט בארויִקן. דאָס באקענען זיך די בייזע פליגלעך מיט די נײַגעקומענע, מע װעט זיך יאקאָס צוגעװוינען. דערצו נאָך, װעט ער מאָרגן ברענגען אזא שמירעכץ, װאָס טרײַבט אָפּ די פליגלעך. און גענומען יאָשקען, איז ער אוועקגעגאנגען צו אָשערן נעכטיקן, צוגעװונטשן א גוטע נאכט.
װי נאָר די קינדער זײַנען אײַנגעשטילט געװאָרן, האָט פּעסיע פארלאָשן די שײַן, זיך אויסגע- צויגן באנאנד מיט שויעלן אפן דיל און געפּרוּװוט אײַנשלאָפן. אַבער דער שלאָף האָט זי ניט גענומען. שוֹין לאנג, זייער לאנג איז ניט אויסגעקומען שלאָפן אפן הוילן דיל, אונטערגעלייגט דעם קולעק צוקאָפּנס. װי זי איז ניט געװען מיד, האָט זי ניט געקאָנט צומאכן די אויגן. עמעס, דאָס האָט מען ניט געקאַנט זאָגן װעגן שויעלן, װעלכער האָט אין עטלעכע מינוט ארום אָנגעהױבן שטילערהייט אונטערכראָפּען, און פּעסיע איז אים געווען מעקאנע.
30
געדאנקען זײַנען געקומען די גאנצע צײַט גאָר ניט קיין פריילעכע, נאָר דאָך האָט זי זיך דער מאָנט אינעם אלטן וװערטל: ,מיט צאָרעס דארף מען איבערנעכטיקן". און זי האָט שוין ארויסגעקוקט אפן פרימאָרגן. װאָס װעט ער ברענגען?
נאָר דער פרימאָרגן איז אזוי גיך ניט געקומען.
די שלאָפּלאָזע נאכט האָט זיך געצויגן, װי די אײביקײַט אליין. און װוען די מידקײַט האָט זי גויװער געווען און זי האָט גענומען געשמאק דרעמלען, האָט זיך אין פענצטער ארײַנגעריסן א סנאָפּ זודשטראלן און אופגעוועקט. זיך א בייזער געטאָן, האָט זי זיך אויסגעדרייט אף דער אנדערער זײַט, נאָר מיטאמאָל דערהערט א סקריפּען פון דער טיר. געעפנט די אױגן, האָט זי דערזען דאַָװידקען. א שמייכלענדיקער, א שײַנענדיקער, איז ער געשטאנען אינמיטן צימער, מוירע האָבנדיק אויסרעדן א װאָרט. װען ער האָט דערזען, אז די מאמע און דער טאטע האָבן זיך אופגעהויבן פונעם געלעגער, האָט ער שטילערהייט, קעדיי ניט אופוועקן די שוועסטערלעך, א פרעג געטאַן:
-- נו, וי האָט איר זיך אויסגעשלאָפן?
= גרויטארטיק.. -- האָט טרוקן געענטפערט די מאמע, פארקעמענדיק מיט די פינגער די צעפּאטלטע האָר. -- גרויסארטיק זיך אויסגעשלאָפן. אזא יאָר אף אלע אונדזערע סאָנים...
-- נו, נישקאָשע, פּעסל.. -- האָט איבערגעשלאָגן שויעל, -- װאָס זשע, ווייסט דען ניט, אז מע קומט אף א נײַ אָרט, שלאָפט זיך ניט די ערשטע עטלעכע פּאָר נעכט... װאָס זשע, דו זאָגסט דאָך אליין, אז מיט צאָרעס דארף מען איבערנעכטיקן. עס איז ניט וויכטיק. װיָאזוי איבערנעכטיקן... -- און, א קוק געטאָן אפן שטאלטנעם בענאָק, זיך אָנגערופן:
-- זע נאָר, און דו ביסט שוין אף די פיס?
-- וער עס שטייט פרי אוף, דעם גיט גאָט א סאך... -- האָט דאָװידקע געענטפערט, און, קוקנ- דיק אין יענער זײַט, װי די קינדער זײַנען געשמאק געשלאַפן, האָט ער פאָרגעזעצט: -- עס ווארט דאָרטן דער אינזשעניער... עֶר וויל אײַך באװײַזן אונדזער כאטע, װאָס בויט זיך, װוּ מיר װעלן אינ- גיכן זיך אריבערקלײַבן..
-- זע נאָר, װאָס עפּעס אזוי נאשפּיץ? -- האָט פּעסיע זיך פארווונדערט. און, צוגעגאנגען אין ווינקל, װוּ עס איז געשטאנען די שיסל, א וואש געטאָן דאָס פּאָנעם, -- דער אינזשעניער האָט אונדז שוין פארקנאסט? װאָס זשע, ער האָט שוין גערעשעט, אז מיר פארבלײַבן דאָ און דארפן א שטוב?.
-- װאָס רעדסטו אזוי, גלײַך װי דער כאווער אָשער װיל אונדז מאכן שלעכטס? -- האָט זיך א שטילן בייזער געטאָן שויעל. -- מע וויל אונדז װײַזן, װוּ מיר ועלן װוינען. טאָ קום טאקע, װעלן מיר כאפּן א קוק... װאָס זשע, עס קאָסט דיר, פּעסיע, טײַער אין קלייט ארײַן?.. -- און, גענומען אף די אקסלען דאָס רעקל, זיך געלאָזט צו דער טיר.
פּעסיע האָט א קוק געטאָן, צי די קינדער שלאָפן נאָך, און אָנגעטאָן אף זיך דאָס געקווייטלטע שווארצע קאָפּטיכל, זיך געלאָזט נאָכן מאן.
אין דרויסן האָט שוין אף זי געווארט אָשער מאזין, דער אינזשעניער, יאָשקע און נאָך צװיי אומבאקאנטע יונגעלײַט. אַשער האָט זיך געגריסט מיט דאָװידס עלטערן, װי מע גריסט זיך מיט אלטע באקאנטע, געפרעגט, װי מע איז איבערגעשלאָפן די נאכט, װי מע פילט זיך. דערנאָך האָט ער געזאָגט, אז ער האָט כיישעק זיי באװײַזן זייער ניטידערבויטע שטוב, אָפּמעסטן א שטיקל פּלאץ פאר א גאָרטן און א סעדל. אויב זיי האָבן כיישעק זיך װאָס גיכער אײַנאַרדענען, האָבן אן אייגענעם דאך איבערן קאַפּ, טאָ זאָלן זיי זיך אונטערגארטלען, און דער אוילעם װעט מיטהעלפן, אונטערשטעלן א פּלייצע.
פּעסיע האָט אָנגעקוקט דעם מענטשן, זיר אײַנגעהערט אין זײַנע רייד און זיך עפּעס ניט פאָר- געשטעלט, אז דאָס האָט ער אין זינען זי און איר מישפּאַכע.
װאַס זשע, צי דען האָט ער שוין געפּױעלט בא זיי, אז מע פארבלײַבט דאָ אף שטענדיק? האָט מען זיי, הייסט עס, באשטימט גלײַך פארקנאסן?
זי האָט א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען און, דערזען, װי דער אוילעם האָט זיך געלאָזט גיין אין דער ריכטונג פונעם טײַך, אהין, װוּ עס זעען זיך אָן עטלעכע ניט:דערבויטע הײַזער, -- א שטיקל אָנהײב פון א נײַער גאס, -- האָט זי זיך אויך אװעקגעלאָזט נאָך זיי.
דער פרימאָרגן איז געווען א קילבלעכער, אָבער א זוניקער און שטילער. א מעכײַעדיק װינטל האָט אָפּגעפרישט דאָס פּאָנעם. פון פארשיידענע זײַטן האָט זיך אהער דערטראָגן דאָס קלאפּערײי פון העק, דאָס געזאנג פון זעגן. דאַ און דאָרט האָט שטארק געהוכקעט, און אין פארשיידענע ערטער, װוּ מע האָט אָנגעזען ווענט פון שטיבער, באראקן, האָבן זיך געפּאָרעט מאנצבלען און פרויען.
אָשער מאזין האָט אין זײַנע שװוערע קירזעווע שטיוואליעס געשפּאנט אין יענער ריכטונג, װוּ עס זײַנען געשטאנען ניט-פארענדיקטע הײַזער. ער האָט אָנגעװיזן אף דער עקסטער שטוב און זיך אָנגערופן צו שױיעלן:
37
-- נו, אָט זײַנען מיר געקומען... אײַער דאָװידס בריגאדע האָט זי אַנגעהױבן בויען, און אײַך וועט אויסקומען פארענדיקן און זיך דאָ באזעצן. כאפּט א קוק, צי איז אײַך געפעלן דאָס אָרט, די שטוב? איך מיין, אז דאָ װעט אײַך זײַן באקוועם. לעבן דער סאמע בירע... װאָס קאָן זײַן בעסער װי װוינען לעבן דעם װוּנדערלעכן טײַך? װען מײַן װײַב מיט די קינדער װעט זיך אהער איבערקלײַבן, רעכן איך זיך אויך דאָ אועקשטעלן א שטוב... װעלן מיר זײַן שכיינים. מאסקים?
-- װאָס איז שײַעך -- מאסקים? -- האָט א קוק געטאָן אף אָשערן שיעל, -- זעט אױס, אז דאָס אָרט האָט צוגעקליבן אונדזער דאַװידקע. און ער איז, זאָגט איר, א שטיקל בויער, א בריגאדיר...
-- יאָ, יאָ, טאטע... -- האָט זיך אָנגערופן דאָװידקע, -- דאָס האָב איך צוגעקליבן, װען איך האָב זיך דערװוּסט, אז איר פאָרט אהער...
-- נאָר װער האָט דיר, מאמזער, געזאָגט, אז מיר פאָרן צו דיר אף שטענדיק? אף זיך בא" זעצן? -- האָט איבערגעשלאָגן די מאמע.
דאָװידקע האָט זיך דערפילט ניט באקוועם פאר דעם נאטשאלניק זײַנעם און די ארומיקעי עֶר האָט זיך אפילע עטװאָס פארויטלט און צוגעגעבן:
-- נו, איר װעט ניט װעלן דאָ פארבלײַבן, װעלן זיך אף דער שטוב געפינען באלאָנים.
אַשער האָט דאָס אופגענומען, װי א שפּאס, און א װוּנק געטאָן צו די צװויי יונגעלײַט, ועלכע זײַנען נאָך אים געגאנגען מיט א מעטער-רייקע. זי זײַנען צוגעגאנגען צום עק פון דער שטוב און אָפּגעמאָסטן עטלעכע און צוואנציק מעטער, אף די ראנדן ארײַנגעקלאפּט קאָלישקעס. דאן האָט אָשער זיך אָנגערופן:
-- נו, מײַנע טײַערע, אין א גוטער שאָו.. דאָ װעט זײַן אײַער גאָרטן, אײַער סעדל און אָרדנט זיך אײַן געזונטערהייט. מיר װעלן ווארטן ביז איר װעט זיך דאָ באזעצן און אונדז רופן אף כאנוקאס- האבאיס. זאָל זײַן מיט גליק...
פּעסיע האָט זיך צום ערשטן אפילע פארלוירן, ניט געװוּסט, װאָס זאָגן, נאָר באטראכטנדיק דעם שעטעך, די עטלעכע שלאנקע ביימער, װאָס זײַנען דאָ געוואקסן, די ניטיגעענדיקטע שטוב, געזאָגט:
-- אזא גאָרטן? מע קאָן דאָך דאָ אוועקשטעלן פיר שטיבערי..
-- נישקאַשע... -- האָט איבערגעשלאָגן אָשער, -- מיר האַבן דאָ גענוג שעטעך, ניט קיין מוז זיך צונויפשטויסן אזוי, װי אין מאזעפּעוקע, צי אין זשאשקעוו. זאָל אײַך נאָר גאָט געבן קויעך, איר זאָלט דעם גאָרטן באהערשן און עס זאָלן זײַן גוטע גערעטענישן... צו געזונט אײַך. אַרדנט זיך אײַן. דאָס איז אײַערס...
פּעסיע איז געשטאנען עטלעכע מינוט, ניט קאָנענדיק זיך רירן פון אָרט. הער נאָר א געשיכ- טע, -- האָט זי געטראכט, --- זיך נאָך אפילע ניט באוויזן אָנווארעמען, און מיר זײַנען שוין געװאָרן באלעבאטים. צונויפגעלייגט די הענט אף דער ברוסט, איז זי זיך דורכגעגאנגען איבער דעם גאָרטן, אופמערקזאם באטראכט די ניט-דערבויטע שטוב און פון מאָל צו מאָל געװאָרפן א פארכידעשטן בליק אף דעם נאטשאלניק, װי זי װאָלט געמיינט, אז דאָס שפאסט ער איבער איר און איר מאן. אָבער זי האָט זיך גיך איבערצײַגט, אז יענער שפּאסט ניט.
דאָװידקע האָט געזאָגט, אז מע זאָל זיך ניט זאָרגן. זײַנע כעוורע װעלן העלפן און מע װעט אינגיכן פארענדיקן די שטוב, ער האָט געבעטן די עלטערן, זי זאָלן גין אהיים, נאָך דער ארבעט װעט ער קומען און מע װעט באטראכטן, װיָאזױי צו מאכן אזוי, אז מע זאָל זיך װאָס גיכער קענען אײַנאָרדענען אף דעם נײַעם אָרט.
פּעסיע האָט אים און די איבעריקע געבעטן ארײַנגײן צו איר, אין באראק, װעט זי מיט פרישי טיק מעכאבעד זײַן אלעמען. נאָר סײַ אָשער, סײַ דאָװידקע האָבן זיך אָפּגעזאָגט, מע איז שטארק פארנומען, מע אײַלט. דאָרטן, אף די באצירקן, ווארטן אף זי מענטשן, די בויער, טעסלער. עס וארט אף זיי א בארג מיט ארבעט.
פּעסיע מיט שויעלן זײַנען געבליבן אף זײער שטיקל ערד שטיין, נאָכשפּירנדיק, װי דער זוןי אָשער און יאָשקע מיט די צװיי לײַט שפּאנען אײַלנדיק אין דער ריכטונג פון דער טײַגע, װוּ מע האָט געהערט א שטארקן טראכקען פון העק, אויסגעשרייען פון די בויער. שויעל האָט אראָפּגענומען פונעם קאָפּ דעם קאשקעט, אים א שמיץ געטאָן אף דער ערד און אויסגעװישט מיטן ארבל דעם פארשוויצטן שטערן:
-- דו װוייסט, פּעסיע-לעבן, װאָס איך װעל דיר זאָגן?
-- װאָס, אשטייגער לעמאָשל, װועסטו מיר זאָגן?
- איה װעל דיר זאָגן, אז דאָס אלץ איז א ביסעלע געראָטן אין א שיינעם כאַלעם. וויבאלד אזוי. מיין איך, אז דאָס איז א באשערטע זאך... מירן זיך שטעלן ארבעטן... איך, דו, אונדזערע קינדער
8
זײַנען מיט אונדז, ארום אונדז, װי דו זעסט, װוינען גאָלדענע מענטשן און מיט זיי װעסטו ניט פא"- פאלן װערן... איז אין א גוטער, אין א מאזלדיקער שאָו..
פּעסיע האָט אונטערגעשפּארט מיט די הענט דאָס פארומערטע פּאַנעם, לאנג געקוקט ערגעץ אין דער װײַט, אהין, װוּ מע האָט אָנגעזען א שטיק באגילדעטן טײַך, און מיטאמאָל האָבן זיך אף אירע אויגן, װאָס האָבן נאָך ניט אָנגעװױירן זייער אמאָליקן כיין, באוויזן טרערן, און זי האָט געכאפּט דעם עק פונעם קאָפּטיכל און זי גענומען אויסװישן.
שױיעל האָט זיך דערשראָקן, זי אָנגעכאפּט פאר דער האנט:
-- נארישע, װאָס װיינסטו? װאָס איז געשען? -- האָט ער זיך אף איר א ביזער געטאָן, -- פרייען זיך דארף מען, און דו האָסט זיך צעכליפּעט... נאָך א גליק, װאָס נאָענט זײַנען ניטאָ קיין מענטשן... װאָס איז, װאָס איז דער געויין? -- האָט ער זיך נאָך שטארקער צעבייזערט, -- מע גיט דיר א שטוב, א גאָרטן, א סעדל. דאָ קאָן מען מאכן פון דעם שטיקל ערד א צאצקע... פרייען זיך דארף מען, און דו ויינסטו..
-- װאָס זשע מיינסטו, שויעל, אז דאָס װיין איך? -- האָט זי זיך אָנגערופן. -- דאָס װיינט מײַן הארץ... מיר האָבן דאָך פּרעסירעט אונדזער היים, די קװאָרים פון אונדזערע עלטערן.. װען וועלן מיר נאָך קענען זיך אױסקלײַבן פאָרן אזא װײַטן װעג אף קייװער-אָװעס?..
-- ניט געזאָרגט... מיר זײַנען דאָך בא זיך אין דער גאָסודארסטװע. עס איז דאָך אונדזער לאנד סײַ דאָרט, סײַ דאָ. עס איז נאָך ניט העפקער-פּעטרעשקע... מיר װעלן זיך דאָ צוביסלעך אײַנאָר- דענען, און אז מיר װעלן לעבן און געזונט זײַן, װעלן מיר זיך נאָך אהין דורכפאָרן... און די קװאָרים פון אונדזערע אָװעס? זיי װעלן זיך, מיין איך, אף אונדז ניט צעבייזערן. עס זײַנען געקומען נײַע צײַטן. מיר זײַנען ניט די ערשטע און ניט די לעצטע... אין ערשטן אָטשערעד, װי עס שטייט געשריבן אין דער טוירע, דארף דער מענטש טראכטן װעגן די לעבעדיקע און ניט װעגן די טויטע. יענע זײַנען װײַט אָפּגעזונדערט פון אונדז, און זי דארפן בלײַבן אין אונדזער זיקאָרן, אין אונדזערע הערצער. דו פארשטייסט, צי דו פארשטייסט ניט?
-- איך פארשטיי... איך פארשטיי... און הער איף מיר דולן א ספּאָדעק! -- זי האָט זיך האסטיק אופגעהויבן פונעם אָרט און װידער צוגעגאנגען א קוק טאָן אף דער שטוב.
-- פּעסיע-לעבן, װאָס זוכסטו דאָרט? װאָס װילסטו דאָרטן געפינען? -- האָט ער געפרעגט.
-- פרעגסט, װאָס איך זוך דאָ? איך זוך דעם נעכטיקן טאָג!
-- װאָס זשע עפּעס אזוי בייז, פּעסיע?
-- טשעפּע ניט... -- האָט זי געזאָגט, װי צו זיך אליין, -- איך טראכט, װוּ װעט זײַן דער ציי מער פאר די קינדער און װוּ דער צימער פאר אונדזער בריגאדיר, פאר דאָװידקען?.. און מיר װעלן זיך שוין יאקאָס לעבן זי צושארן...
-- װאָס דארפסטו זיך עפּעס צושארן? ביסט דאָך א גאנצע באלעבאָסטע. דאָ װעט זײַן פּלאץ פאר אונדז אלעמען. אבי געזונט...
-- מע װעט דארפן אָנשרײַבן קיין באפּאָליע, מע זאָל אונדז ארויסשיקן עטלעכע סאזשענצעס -- עפּלבײמלעך, בארנביימלעך און װײַנשל -- מארעלן... דו געדענקסט, סארא ביימער מיר האָבן געהאט בא אונדז אין סעדל?..
-- מיילע, װאָס דו האָסט דאָרטן, מישטיינס-געזאָגט, געהאט. מיר האָבן געהאט א שטיקל ערד, װי א גענעץ. און זע, סארא פעלד מע האָט אונדז אויסגעטיילט דאָ..
-- זאָג מיר נאָר, נו, און א ביסל אויפעס, קאטשקעס, עטלעכע גענדז װעלן מיר דאָ קאָנען האָדעװען?
-- װאָס פאר א שײַלע! זע, סארא טײַך מיר האָבן לעבן דער שטוב. נאָך אוועלכע קאטשקעס און גענדז! און איך גלייב, אז אויב דו װעסט, פּעסיע, האָבן כיישעק, װעסטו קאָנען אײַנפירן א ציג, א בעהיימע...
זי האָט זיך פאנאנדערגעלאכט:
-- בלויז דאָס דארף איך נאָך האָבן! אז איך װעל זיך ספּראװוען מיטן ביסל אויפעס און קאטש קעס, װעט אויך זײַן גוט. װאָס זשע, דו װילסט מיך גאָר מאכן פאר א קאָלכאָזניצע? פאר מיר װעט סטײַען ארבעט גענוג דאַ, אין שטאָט...
פּעסיע איז װידער צוגעגאנגען נעענטער צו דער ניט-פארענדיקטער שטוב, זי באטראכט פון אלע זײַטן, ארומגעפירט מיטן בליק דאָס שטיקל ערד, װאָס דער אינזשעניער האָט אָפּגעמאָסטן, און פאריכט אין עטלעכע ערטער די קאָלישקעס. זי האָט עפּעס געשעפּטשעט מיט די לִיפּן, װי זי זאָל אָנמערקן, װוּ מע װעט פארזעצן פרוכט-ביימער, װוּ קוסטעס מאלינעס, װײַמפּערלעך, װוּ מע װעט פארזעצן קארטאָפליעס, אוגערקעס, פּאָמידאָרן, פארזייען פּעטרעשקע.
39
שויעל איז געזעסן אף די סלופּעס און פון אונטער די ברעמען נאָכגעשפּירט נאָך דער פּלױי נעסטע. פאר זײַנע אויגן האָט זי זיך אָנגעהױבן ענדערן: אירע געדאנקען זײַנען געװען פארטאָן אין דער באלעבאטישקײַט...
די זון האָט מעכײַעדיק געווארעמט. די בירע מיט אירע גאָלדענע ברעגן האָט געפינקלט, די כוואליעס האָבן זיך איבערגעגאָסן אונטער דער זון מיט אָן א שיר קאָלירן, די פרישע לופט האָט מאמעש פארשיקערט און װער ווייסט, וויפל דאָס פּאָרפאָלק װאָלט זיך נאָך פארהאלטן, װען שויעל כאפּט זיך ניט:
-- פּעסיע, זע, װי מיר זײַנען שוין ארײַנגעפאָרן אינעם פרימאָרגן! די קינדער װעלן זיך אופ" כאפּן און מיינען, אז מיר זײַנען אוועק קיין באפּאַליע און זיי דאָ איבערגעלאָזט אף גאָטס באראָט...
ער האָט זיך א הייב געטאָן פון די סלופּעס און צוגעגעבן:
-- דו ווייסט, אלפּי סייכל, װאָלט מען שוין געדארפט נעמען עפּעס אין מויל ארײַן. דער קלײ מאט, זעט אויס, גיט דאָ צו א גוטן אפּעטיט...
פּעסיע האָט זיך צעלאכט:
-- אוי, דו ביסט, דאכט זיר, גערעכט, שויעל.. איך האָב זיך פארטראכט...
-- לעמאָשל, אויב עס איז ניט קיין סאָד?
-- װאָס איך האָב זיך פארטראכט? -- האָט זי א שמייכל געטאָן. -- איך האָב זיך פארטראכט, אז עס װאָלט גוט געװועז, װען מיר ווארפן אראָפּ פון זיך א פּאָר צענדליק יאָר און װערן א ביסל ייַנגער... עס ווארט אף אונדז א יאם מיט ארבעט... די ערד טרעבעועט גוטע האַרעואניעי--
-- געוויס... װי זשע אנדערש? װעט מען זיך מאטריעך זײַן אונטערגארטלען, -- האָט ער גע" זאָגט, --- מיר זײַנען, דאנקען גאָט, צוגעװוינט צו דער ארבעט. און װאָס איז שײַעך יאָרן... װאָס מיר וועלן באװײַזן אופּטאָן, װועלן מיר אופטאָן, און װאָס ניט, האָבן מיר קינדער ביז הונדערט און צוואנציק יאָר, װועלן זי דערפירן די זאך ביזן סאָף--
מע האָט זיך שנעל אװעקגעלאָזט צום באראק, אומקוקנדיק זיך פון מאָל צו מאָל אף צוריק, אף זייער שטיקל ערד, אף די הילצערנע װענט, ועלכע װעלן פון איצט אָן ווארטן אף זיי, די נײַע באלעבאטים, װאָס זײַנען געקומען אהער.
זעט אויס, דער דערוואקסענער אוילעם האָט שוין באוויזן פארלאָזן די באראקעס און אוועקגייז אף זייערע באצירקן, צו דער ארבעט, און קליינווארג האָט ערשט גענומען עפענען די אױגן, זיך ארומקוקן, װוּ מע האלט אין דער וועלט.
פּעסיע האָט פארגיכערט דעם טראָט. זי האָט פארשטאנען, אז אוב שולאמיס װעט זיך אופ" כאפּן פונעם שלאָף און זי ניט טרעפן אף איר געלעגער, װעט זי אופהייבן א מוירעדיקן געװיין.
שויעל האָט געפּרוּװוט ניט אָפּשטײן פון דער פּלױנעסטע, נאָר פּלוצעם האָט ער דערוען אפן ראָג, דאָרטן, װוּ עס הייבן זיך אַז די באראקעס, א פּארשוין אין א פּאָר ברילן, וועלכע האָבן גע גלאנצט אנטקעגן דער זון.
יענער איז געבליבן שטיין, אוועקגעשטעלט אף דער ערד זײַנע צװויי היפּשע קלומעקעס, אראָפּ געכאפּט די ברילן און גענומען אויסווישן די גלעזלעך מיט א טיכעלע. װידער א שטעק געטאָן די ברילן אף דער נאָז, האָט ער אויסגעשריען אף א קאָל:
-- היי, פעטער, מע קאַן אײַך עפּעס פרעגן? איין װײַליטשקעי.
שויעל האָט זיך אָפּגעשטעלט, א לאנגע װײַלע געקוקט אף דעם אומבאקאנטן פּארשוין, ועלנדיק דערקענען דעם מענטשן, און זיך אָנגערופן צו פּעסיען:
-- דאכט זיך, עפּעס א באקאנטער יונגערמאן... װײסט ניט, װער דאָס איזי
נאָר יענער איז שוין געלאָפּן אנטקעגן, מאכנדיק מיט די הענט. שויעל האָט שטילערהייט א זאָג געטאָן:
-- אוי, איך קאָן שװוערן, אז דאָס איז יענער פון בערשאד... דער אפּטײקער:--
-- יאָ, מיר דאכט זיך אויך, אז דאָס איז עֶר, זעליק כייפעץ, װאָס איז מיט אונדז געפאָרן אין איין...
זי האָט ניט באוויזן דערזאָגן די עטלעכע ווערטער, װי עס איז צוגעלאָפן א פארשוויצטער, א פארפּאליעטער דער אפּטײקער און א גליקלעכער אויסגעשריעז:
-- א גוט-מאָרגן! א גוטײאָר! איך האָב אײַך דערזען, האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז איך האָב דערזען מאָשיִעכן...
מע האָט זיך געגריסט, װי אלטע באקאנטע, געקוקט איינער אפן אנדערן, און כייפעץ האָט פאָרגעזעצט:
40
-- א גאנצן טאָג האָב איך אײַך נעכטן געזוכט, און װי אויסגערונען געװאָרן! איך האָב זיך פאָרגעשטעלט, װוּ מע געפינט אײַך... און האָב דערנאָך א טראכט געטאָן, אז געוויס זײַט איר גלײַך אוועק צו אײַער בענאָק...
-- װוּהין האלט איר װעג, זעליק? אוב דאָס איז ניט קיין סאָד?
-- מע האָט מיר געזאָגט, אז ערגעץ אין די דאָזיקע באראקן װוינט דער נאטשאלניק פונעם בוי-קאָמבינאט... װי הייסט ער? באלד װעל איך זיך דערמאָנען... -- ער האָט ארויסגענומען א שטיקל פּאפּיר און גענומען זוכן.
-- אָט! ער הייסט אָשער... אָשער מאזין... מע האָט מיך געשיקט צו אים אף ארבעט.. די קאָמיסיע האָט מיך געשיקט...
-- יאָ, נאָר אָשער מאזין האָט ניט צו טאָן מיט קיין אפּטײקן...
-- װאָס פאר אן אפּטײקן!.. -- האָט כייפעץ א מאך געטאָן מיט דער האנט, -- איך האָב געזאָגט דער קאָמיסיע, אז איך בין א גלעזער... האָבן זי זיך גראדע דערפרייט און געזאָגט, אז גלעזער זוכן זײי, װי מיט ליכט. און מיך געשיקט אין קאָמבינאט צו אָשער מאזינען... װען איר זאָג, אז איך בין אין בערשאד געווען אן אפּטײקער, װאָלטן זי מיך פארשיקט אין א קאָלכאָז...
-- הערט נאָר, כייפעץ! -- האָט זיך דערפרייט שויעל, -- האָט איר דאָך געטאָן, װי א כאָכעם! ועלן מיר מיט אײַך ארבעטן אין איין קאָמבינאט. װעלן מיר זײַן נאָענטע מעכוטאָנים...
-- יאָ, דאָס איז גוט... איך װאָלט געווען צופרידן, נאָר...
-- װאָס נאָר? -- האָט זיך ארײַנגעמישט פּעסיע.
-- נאָר... נאָר איר האָט געטאָן, װי די כאכאָמים, װאָס אֹיר זײַט געקומען אהער מיט דער סעמייסטווע... און איך בין דאָ איינער אליין...
-- נישקאָשע, ניט געפערלעך... -- האָט זי געזאָגט, -- איר װעט זיי אָנשרײַבן א בריוול, װעלן זי קומען אהער... עס גרייטן זיך נאָך עשעלאָנען מיט איבערוואנדערער, האָב איך געהערט זאָגן.
-- נו, סײַדן אזוי... װעל איך אָנשרײַבן. פארװאָס טאקע ניט?.. יאָ, איז זאָגט מיר, װוּ געפין איך דעם נאטשאלניק, דעם אָשערן? די קאָמיסיע האָט מיר געזאָגט, אז ער װעט מיר דערװײַל אויס- טיילן א וינקל אין אָבשטשעזשיטיַע און מיט דער צײַט װעט מען מיר געבן א װױנונג פאר מיר מיט מײַן מישפּאַכע...
-- כייפעץ, ביז איר װעט געפינען דעם אינזשעניער, קאַנט איר זיך אָפּשטעלן בא אונדז, דאָס הייסט, בא דאָװידקען. כוץ דעם, װעט איר באלד מיט אונדז עפּעס איבערכאפּן, איר דארפט געוויס וויסן דאָס אלטע ווערטל אונדזערס: פאר דעם ביסן גייט קיין טענצל ניט...
כייפעץ האָט זיך דערפרייט, אװעקגעלאָפן און געכאפּט זײַנע קלומעקעס, זיך געלאָזט נאָך שויעלן אין באראק.
-- איר, רעב שויעל, האָט געטאָן, װי א כאָכעם. גענומען די גאנצע מישפּאָכע און געקומען... און ביז מײַניקע װעלן קומען, װעלן זי זיך נאָך גוט אָנבידעװען. זי -- אין װעג, און איך -- דאָ...
-- נישקאַשע... דער איקער איז -- ניט געזאָרגט! פּאװאָליע װעט זיך אלץ אײַנאָרדענען, -- האָט אים גענומען בארויִקן שויעל, -- מיט דער צײַט.. איר װוייסט דאָך גוט, אז מיט צאָרעס דארף מען איבערנעכטיקן. װאָס איך האָב געהאט אויסצושטיין פון מײַן פּלױנעסטע! זי האָט דעם גאנצן וועג געטײַנעט, אז זי װעט פארברענגען א שטיקעלע צײַט מיטן זון און גלײַך, נאשפּיץ זיך אומקערן אהיים... נאָר איצט דאכט זיך מיר, אז איר איז דאָ געפעלן און װעסט זי מיט קיין צואנגען ניט ארױסרײַסן פונדאנען... איר שפּילט זיך מיט הײַנטיקע װײַבער! מע דארף האָבן א קאָפּ פון א מיניס- טער, מע זאָל זיי פארשטיין...
פונעם צימער האָט זיך געטראָגן איבערן גאנצן באראק א מוירעדיקער געשריי.
פּעסיע האָט אן עפן געטאָן די טיר און דערזען, װי שולאמיס שטייט אף איין טאָפּטשאן, די שוועסטערלעך אפן אנדערן, און מע פירט מילכאָמע. מע שלײַדערט די קישנס, די קאָלדרעס, דאָס אָנטאָן, און עס שטייט אזא מוירעדיקער געלעכטער, אז דער קאָפּ שפּאלט זיך.
דערזען די עלטערן און באזונדערס דעם פרעמדן פעטער מיט די ברילן, זײַנען אלע אײַנגע- שטילט געװאָרן. און די מיידלעך זײַנען ארונטער אונטער די קאָלדרעס.
פּעסיע איז גראדע געווען איצט אין א גוטער שטימונג, האָט זי ניט אופגעהויבן קיין גוואלד, געהייסן זיך גיכער אָנטאָן, זיך ארומוואשן, האָט זי געכאפּט דעם טשײַניק און ארױיסגעלאָפן אין קאָרידאָר אָנצינדן דעם פּרימוס און גרייטן פרישטיק.
עס האָט זיך אָנגעהױבן דער ערשטער טאָג אין דער נײַער היים.
41
קאפּיטל אכט און צוואנציק
דער גרויסער נעס
איר זאָלט קיינמאָל ניט זאָגן, אז עס טרעפן ניט קיין ניסים אף דער ערד! און אויב איר גלייבט ניט, טוט א קוק אף שויעלס פּלױנעסטע, װאָס איז מיט איר געשעף :
פון די ערשטע װאָכן אָן האָט זי דאָ אָנגעװוירן די רו. עס איז געװען א כידעש -- װוּ האָבן זיך צו' איר גענומען קויכעס אזויפיל האָרעװען? זיך ווייניט-איז ספּראװעט אין שטוב מיט דער בא" לעבאטישקײַט, האָט זי זיך גלײַך אװעקגעלאָזט אף איר גאָרטן. נאָך אין די ערשטע טעג האָט זי פארפלאנצט עטלעכע ביימער, פארזעצט דאָס ביסל גרינס, װאָס האָט זיך געלאָזט, צו דער צײַט באגאָסן, באארבעט, געזען, זיי זאָלן ניט פארהלושעט וװערן פון די װילדגראָזן, װאָס זײַנען געוואקסן זייער גיך.
דאָװידקע האָט זיך דערװוּסט, אז די מאמע קלײַבט זיך דאָ אײַנשאפן א ביסל אויפעס, האָט ער אין א שיינעם פרימאָרגן געהאָלפן צונויפקלאפּן לעבן דער שטוב א פּאָר גוטע שטײַגן.
דער באָכער איז גרייט געווען איר אלץ אונטערטראָגן, אבי זי זאָל װײניקער טראכטן װעגן איר װײַטער היים. מע האָט געדארפט זען, זי זאָל האָבן װאָס װייניקער צײַט אף איבערטראכטן פארשיי דענערליי נארישקײַטן. ער האָט אויך געזען, אז מע זאָל װאָס גיכער ארויסענדיקן די בױוּנג פון דער שטוב, מע זאָל זיך אריבערקלײַבן פונעם באראק און אָנהײבן זיך אײַנאָרדענען, װי עכטע באלעבאטים און ניט קיין צײַטװײַליקע שכיינים, געסט.
טאקע דערפאר האָט ער, װי נאָר ער האָט געענדיקט די ארבעט מיט זײַן בריגאדע אף פארשיי" דענע באצירקן, אופגעהויבן זײַן באזונדערע , בריגאדע", װאָס איז באשטאנען פונעם טאטן, 'אָשקען, כייפעצן און צײַטנװײַז אויך זלאטקען, און מע האָט זיך געשטעלט צו דער ארבעט לעבן דער שטוב. מע קאָן, געוויינלעך, ניט זאָגן, אז די ארבעט איז דאָ געגאנגען מיט גענוגנדע טעמפּן, װײַל עס זײַנען געווען מער וויכטיקערע באצירקן, נאָר דאָך האָט זיך צוביסלעך גערוקט דער איניען.
א ביסל גרינגער איז געװאָרן אף דער נעשאָמע, װען עס זײַנען אָנגעקומען אין קאָמבינאט עטלעכע מאשינען, און אף איינער האָט פארנומען זײַן אָרט יאָשקע. די פערדלעך האָט ער איבערגע" געבן כייפעצן. יענער האָט קיין בעסערן מין טראנספּאָרט ניט געדארפט האָבן. װײַל דעם גלעזער איז אויסגעקומען מער ארומגיין מיטן שווערן קעסטל גלאָז אפן אקסל פון סאָסיען צו דװאָסיען, און דאָס האָט אים אָפטלעך ארויסגעשלאָגן פון די קויכעס. ער האָט דעם װאָגן פארוואנדלט אין א צאצקע. אוועקגעשטעלט עטלעכע קעסטלעך מיט גלאָז, און געפאָרן פון איין בווּנג אף דער צװײטער. מע קאָן ניט זאָגן, אז די ארבעט באם גלעזן די טאפליעס איז בא אים פונעם ערשטן טאָג אװעק, װי א מיזמער. װי איר װוילט ניט, איז ער דאָך א לאנגע צײַט אָפּגעשטאנען אין בערשאדער אפּטײק, און די הענט זײַנען בא אים געװאָרן איידל געפּאנקעט. נאָר די מעלאָכע זײַנע האָט ער געקענט גאנץ גוט און אינגיכן, נאָך דעם, װי ער האָט געפּאטערט אומזיסט און אומנישט א שיין ביסל גלאָז, ארײַנגע" כאפּט א גוטן פּסאק פונעם אינזשעניער, לעמײַ פּאטערט ער אזויפיל דעפיציטן מאטעריאל, האָט כייפעץ זיך גענומען אין די הענט, זיך אונטערגעצויגן, און עס איז אװעק א גאנג!
און דאָ נאָך, װען ער האָט זיך אופגעזעצט אפן װאָגן, איז ער גאָר געװען אפן זיבעטן הימל. ער האָט זיך ארײַנגעצויגן אין דער ארבעט און מע האָט אים שוין אפילע אָנגעהױבן לויבן אין דער וועלט ארײַן.
ניט קיין פּאַשעטער גלעזער -- א גאָט-געבענטשטער באלמעלאָכע, -- האָט מען װעגן אים אָנַי געהוינן ריידן אף אלע באצירקן. און דער אינזשעניער, אַשער מאזין, האָט אים געזאָגט, או ער מעג שוין ארויסרופן פון בערשאד דאָס װײַב מיט די קינדער, װײַל אין דער נאָענטער צײַט װעט מען אים אויך אויסטיילן א גוטע דירע, און זאָל ער ניט זיצן אף צװויי בענקלעך...
יאָשקע איז געווען גאָר צופרידן, װאָס ער האָט זיך אריבערגעזעצט פונעם פורל אף א שפּאָגל- נײַער לאסטמאשין. ווער איז צו אים געװוען גלײַך, װען ער איז געזעסן באם רודער, און אין קוזאָו זײַנען געלעגן ברעטער, בלעך, סלופּעס, זעקלעך מיט צעמענט, קעסטלעך מיט צװעקעס און אלדאָס גוטס, װאָס מע דארף האָבן פאר דער בויונג, און ער האָט עס מיט גאדלעס געבראכט!
עמעס, אים איז ניט נאָר אויסגעקומען דרייען דעם בייגל', זיצן אין דער װײכער קאבינע, װי א פּאַרעץ, און ניט מוירע האָבן פאר א רעגן, א װינט, א היץ. מערסטנס איז אים אויסגעקומען קאָרטשעװען ביימער, טעסען קלעצער, העלפן שויעלן צונויפקלאפּן טירן, פענצטער. נאָר ער האָט ליב געהאט ארבעטן, און פון קיין שום ארבעט זיך ניט אָפּגעזאָגט. דערפאר טאקע האָבן אלע דאָ אים ליב געהאט.
עמעס, פון קיין מיידלעך האָט ער ניט געהאלטן. אזוי האָט ער שוין גראדע פארלוירן א ביסל זײַן שעמעװדיקײַט, נאָר אז עס איז אויסגעקומען זיך באגעגענען מיט א פײַן מיידל, האָט זיך אין
42
אים עפּעס װי מיטאמאָל ארײַנגעכאפּט די בושע, ער האָט זיך גערויטלט ביז איבער די אויערן און גלײַך אָנגעװױרן דאָס לאָשן.
אָט אזא איז ער געווען און מע האָט מיט אים גאָרניט געקאָנט מאכן.
אָבער װאָס עמעס איז עמעס, אז עס איז געקומען צו דער ארבעט, איז קיין בעסערער האַרע פּאשניק פון אים ניט געוען. א ברען! און הענט האָט ער געהאט גאָלדענע. זײ האָבן זיך געלײגט צו אלץ. אומעטום האָט ער אונטערגעשטעלט א פּלײצע. און אַשער מאזין האָט ניט איין מאָל געזאָגט, אז װען ער האָט אין קאָמבינאט א פּאָר צענדליק כעוורע, װי יאָשקע, װאָלט די שטאָט שוין לאנג געווען אויסגעבויט און ער װאָלט זײַן גאנצן קאָמבינאט געקאַנט אריבערפירן אין א נײַעם קאנט און זיך דאָרטן שטעלן בויען א גרויסע שטאָט...
יאָשקע װאָלט געווען צופרידן מיט זײַן גױרל, װען ער האָט ניט אזא מין טאטן אן אקשן. וויפל דער באָכער האָט ניט געשריבן, ניט געבעטן, יענער זאָל אלץ ווארפן און זיך איבערקלײַבן צו אים, האָט זאלמען אוועקגעמאכט מיט דער האנט. ער האָט ניט געגלײיבט, אז עס איז רעכט ווארפן די שטוב, די היים, האקל-באקל און זיך אריבערקלײַבן אין א צווייטן עק װעלט און דאָרטן מאכן א לעבן. אים האָט זיך נאָך אלץ געדאכט, אז עס װעט אועק א שטיקל צײַט און מע װעט זיך אומקערן אהיים צו דער ערד פון די אָװעס. עס איז אומגלייבלעך, אז מענטשן, וועלכע האָבן אָפּגעלעבט אזויפיל יאָר אף פּאָדאָליע, באם שיינעם בוג, זאָלן זיך קענען צוגעװוינען לעבן ערגעץ אין אױסרײַסעניש, פאר טויזנטער װערסט פון דער היים, ערגעץ באם אמור, לעבן די קיטײַצעס.
און פּעסיע האָט זיך אלץ מער אָנגעהױבן איבערצײַגן, אז עס איז דאָ ניט געפערלעך. דאָ איז אזא גוטער קלימאט, װי דאָרטן, אינדערהיים. א מעכײַעדיקע לופט, א װעלט מיט גרינס. דאָס ברויט איז פּונקט אזוי געשמאק, װי דאָרטן, אין באפּאָליע, די קארטאָפּליעס, מערן, ציבעלעס -- אויך. הײַנט סארא פיש כאפּט מען אין דער בירע -- א מעכײַע! דערצו נאָך, האָט זי לעבן זיך אלע קינדער. פארטאָן אין דער ארבעט, האָט זי ניט קיין פרײַע מינוט זיך ארומקוקן. אָפּגעפירט די מיזינקע, שולא- מיסן, אין קינדער-גאָרטן און זי איבערגעגעבן אין די הענט פון איר דערציערן, זלאטקען, ארויסבאי גלייט די עלטערע -- זעלדען און מאניען -- אין שול, צוגעגרייט דעם מיטיק פאר אלעמען, האָט זי זיך אװעקגעלאָזט צו איר שטוב, פארקאטשעט די ארבל און גענומען קאלכן די װענט, ארױסטראָגן דאָס מיסט. איר האָט זיך געװאָלט װאָס גיכער אריבערפאָרן צו זיך אין שטוב, זי זאָל זיך דערפילן אזוי װי דאָרטן, אין באפּאָליע:..
דאָװידן און שויעלן האָט זי ניט געלאָזט רוען. זאָלן זיי זען װאָס גיכער דעקן דעם דאך, װײַל דער זומער האָט דאָ אזא טעװע: ער פליט אָן אַפּשטעל, און אָט װעט זיך ארײַנרוקן דער הארבסט מיט זײַנע רעגנס, װעט די גאנצע ארבעט בא דער שטוב אוועקגיין מיטן װינט. װען עס װעט שוין זײַן דער דאך אפן אָרט, װעט זי, פּעסיע, אינװײיניק, אין שטוב, שוין יאקאָס אליין זיך ספּראװען, און מע װעט זיך צוביסלעך קענען אריבערקלײַבן אהין.
און דער הארבסט איז אָנגעקומען. נאָר עפּעס א מאָדנע זאך! דער הארבסט האָט זיך דאָ װייניק- װאָס אונטערשיידט פונעם זומער. פּונקט אזוי ווארעם, גינגאָלדענע פארטאָגן און װונדערלעכע פארי נאכטן. דער שיינער הארבסט האָט געבראכט א גאָלדענע גערעטעניש. עס איז מאמעש א שײנקײַט געווען ארויסגיין אין מארק און א קוק טאָן, װאָס עס האָבן אהער צוגעפירט די פּױערים פון די נאַענטע קאזאקישע אלטע דערפער און די קאָרײער, װאָס האָבן געװוינט ניט װײַט פון דער שטאָט. װוּנדערלעכע גאָרטנווארג, װאָס מע װאָלט געקאַנט שטעלן פארן קייסער! זינט זי לעבט, פּעסיע, האָט זי נאָך אזא רײַכקײַט ניט געזען, און עס האָט זיך געװאָלט איר דערלעבן ביזן נײַעם פרילינג, זי זאָל קאָנען אָט דאָס אלץ פארזעצן אף איר שטיקל ערד און האָבן אייגענע פרוכטן און אויבסן.
דאָװיד מיט זײַנע כעוורע זײַנען אראָפּנעקומען אין א שיינעם זונטיק"טאָג און גענומען דעקן דעם דאך מיט בלעך. זעליק כייפעץ, האָט זיך ארויסגעוויזן, איז ניט נאָר אן עמעסער גלעזער, נאָר אויך א בלעכער. ער האָט אויך געהאָלפן דעקן דעם דאך. די ארבעט האָט מאמעש געברענט בא זי אונטער די הענט, און מע איז ניט אראָפּגעקראָכן, ביז מע האָט ניט צוגעפּאסט די רינוועס.
דעם צווייטן טאָג, נאָך דער ארבעט, האָט כייפעץ אָנגעגלעזט די טאפליעס, און איצט איז שוין געבליבן ניט קיין סאך -- פארענדיקן קאלכן די װענט, די סטעליעס, אױספּרוון די הרובעס. עס איז געקומען א גאנצע כאָפּטע שכיינעס -- פרויען. מע האָט פארקאטשעט די ארבל, און גענומען וואשן און רײיניקן די הילצערנע דילן.
עס איז אװועק ניט קיין סאך טעג, און מע האָט פריילעך אָפּגעפּראװעט כאנוקאסיהאבאיס, און פּעסיע האָט זיך דערפילט, װי אין א גאניידן.
װער איז איצט געווען צו איר גלײַך!
יאָ, טאקע עמעס. אוב עס טרעפן ניסים אף דער װעלט, איז צװישן זי קאָן מען פארעכענען פארן ערשטן נעס דאָס, װאָס פּעסיע האָט זיך פארליבט אין איר נײַער היים.
43
נאָר איין זאך האָט זי שטארק גענומען דאָ קימערן און זי האָט באשטימט, אז אוב דאָס װעט זיך איר אײַנגעבן דורכפירן, װעט שוין זײַן אינגאנצן גוט און זי װעט שוין מער צו גאָט און צַו לײַטן קיין טײַנעס ניט האָבן.
שוין וויפל צײַט האָט זי געמאטערט דער געדאנק, אז דאָרטן, אין מאָסקװע, װוינט איר טאָכטער ליזע מיט איר קינד, און קיינער קאָן איר מיט גאָרנישט ניט העלפן.
עפשער װאַלט געווען א פּלאן, זי זאָל אויך אריבערפאָרן אהער און מע װעט יאקאָס לעבן צוזא- מען, װעט פאָרט זײַן גרינגער? ליזע איז נאָך יונג, שיין, װי די װעלט, און זי װאָלט נאָך עפשער געקאַנט אײַנאָרדענען איר פּערזענלעך לעבן? אזוי פרי איז זי געבליבן אן אלמאָנע, א סאָלדאטקע! און די יאָרן גײען, דאָס לעבן שטייט ניט אף איין אָרט. ליזע ארבעט דאָרטן א סאך. זי דארף אויס- כאַװוען דאָס קינד און, זעט אויס, האָט. ניט קיין צײַט זיך ארומקוקן, זיך באגעגענען מיט מענטשן. ארבעט איז אויך דאָ פאראן איבערן קאָפּ. גוטע מענטשן אף יעדן שריט און טריט. א דאך איבערן קאָפּ האָט זי שוין, דאנקען גאָט, און װעט קענען דאָ. לעבן און ניט זײַן עלנט, װי דאָרטן. און עפשער װעט זי געפינען איר גליק? װען עס איז אהער ארײַנגעפאָרן דער װינטער מיט זײַנע זאוערוכעס און שנייען, און צײַט פרײַע איז געװען מער, װי פריער, האָט פּעסיע אוועקגעשיקט דער טאָכטערקע א בריוו, װוּ זי האָט איר אויסגעלייגט אלע אירע גוטע געדאנקען און געענדיקט דערמיט, אז ליזע דארף לאנג ניט טראכטן און זאָל זי נעמען דאָס קינד, דאָס ביסל באלעבאטישקײַט און קומען אהער, װײַל זי לעבט דאָרטן, װי אן אָפּגעהאקטע צװײַג פון איר שטאם און האָט ניט, װער עס זאָל אף איר א קוק טאָן, מיט עפּעס-װאָס העלפן...
און נאָך האָט די מאמע איר געשריבן, אז מאָסקװע איז טאקע א גרויסע און א שיינע שטאָט מיט גרויסע מויערן, פּאלאצן, ברייטע גאסן און שיינע פּלעצער, און ביַיס א רעגן קאָן מען דאָרטן גיין אָן קאלאָשן, ניט צו פארגלײַכן מיט ביראָבידזשאן, װאָס מע בויט ערשט, נאָר נישקאַשע, דאָ איז א גאָלדענער קאנט, און אף דער ערד וואקסט, װאָס א מויל רעדט אויס. די שטאָט בויט זיך גאנץ שנעל, און עס װעט אװעק א ביסל אאָרן, װעט מען די שטאָט ניט דערקענען. דעריקער איז דאָס, װאָס דער דאָזיקער קאנט ציט צו צו זיך, װי א מאגנעט, עס זײַנען זיך אהער צונויפגעפאָרן גוטע, הארציקע מענטשן און מע האלט נאָך אין איין פאָרן. אהער, װײַל דאָס בויט מען ניט בלויז א שטאָט, ייִשוווים, קאָלכאָזן -- דאָ בויט זיך א ייִדישע געגנט! אף יעדן טריט און שריט הערט מען דאָ מאמע- לאָשן, מע זינגט ייַדישע לידער, עס שפּילט א ייִדישער טעאטער און דערצו נאָך ארבעטן מענטשן בעקאָװעד-גאָדל. און טאקע, פארװאָס זאָל ליזע מיט איר קינד ניט װױינען לעבן דער באָבען, לעבן זיידן?
איז, דאכט זיך, גוט? פּעסיע האָט ארויסגעשריבן אלץ פון טיפן הארצן, אלץ דערקלערט, בא- שריבן פּינקטלעך, מיט אלע פּישטשעווקעס, װאָס דאָ קומט פאָר, אז פון א גאניידן אין דאָס נאָך זייער װײַט אז דאָ איז נאָך גאנץ שװער, װאָס מע הייבט ערשט אָן בויען. דער קלימאט -- פרילינג, זומער און א שטיק הארבסט איז דאָ מעכײַעדיק, ניט ערגער, װי הינטער מאָסקװע, צי אף פּאָדאָליע און אפילע, װי מענטשן גיבן איבער, אין קרים, אין קאווקאז... עמעס, אָפטלעך דערקיטשען דאָ די רעגנס, עס פארשאפן ניט װײיניק צאָרעס די קאָמארן, בייזע פליגלעך, נאָר מע גיט זיך אויך מיט זי אן אייצע, עס איז ניט געפערלעך, ניט קיין גרויסע סאקאָנע. ווען ליזע טוט א קוק, װיאזוי עס וואקסן דאַ גוט פרוכטן, גרינווארג... װען זי איז א בעריע און פארזוכט די היגע וואסער, דעריקער יענע, װאָס מע שעפּט פון די קואלן אין דער טײַגע, װען זי פארזוכט די גרויסארטיקע פיש פון דער בירע, פון בידזשאן, פונעם אמור, װען זי גייט אוועק אין דער טײַגע נאָך א רעגן און נעמט צונויף א פּאַר קאָשעקעס װײַסע שװאָמען, װאָלט זי זיך גאָר מעכײַע געװען. הײַנט װען זי פאָרט זיך דורך אין קולדור, װוּ עס שלאָגן הייסע קוואלן, וועלכע היילן פון אלע כאלאסן, װאָלט זי געװאָרן גאָר אן אנדער מענטש, מע דארף צו קיין דאַקטער ניט אָנקומען..
איז, דאכט זיך, גוט?
נאָר ניין, לאָזט זיך אויס, אז עס איז נאָך ניט שטארק גוט!
עס גייט אוועק א לאנג שטיקל צײַט, און ניטאָ קיין ענטפער פון ליזען! עפּעס שװײַגט זי, די מאמזיירעס! װאָס זשע קאָן דאָס באטײַטן? צי עפשער האָט זי ניט באקומען איר בריוו? עפשער האָט זי זיך באליידיקט אף דער מאמען, זיך אָנגעבלאָזן?
לאָזט זיך אויס, אז זי האָט זיך, כאָלילע, אף דער מאמען ניט באלידיקט. די בריוו האָט זי באקומען. אלץ איז איר איצט קלאָר, װיאזוי די מאמע, דער טאטע מיט די קינדער האָבן זיך שין אײַנגעאָרדנט, נאָר װאָס שײַעך, אז זי, ליזע, מיטן קינד זאָל אריבערפאָרן צו זיי, קאָן עס ניט זײַן און צוליב זייער א װיכטיקער סיבע.
אין װאָס זשע באשטייט די סיבע? װאָס איז דען בילכער פון א מאמע, א טאטע, א ברודער, דרײַ שוועסטערלעך?
לאָזט זיך אויס, אז בא הײַנטיקע צײַטן איז פאראן בילכערס דערפון.
44
ליזע האָט אף איר ועג באגעגנט זײיער א טײַערן פּארשוין, עמעס, א מענטשן אין די יאָרן, נאָר א הארציקן און קלוגן. דער מענטש איז א פּראָפּעסאַר. א גאנץ באװוסטער מענטש אין שטאָט. צוריק מיט עטלעכע יאָר איז בא אים אװעקגעשטאָרבן דאָס װײַב. אויך געוען א פּראָפּעסאָר. איז ער געבליבן עלנט, װי א שטיין.
צו ליזען איז ער, דער פּראָפּעסאָר, צוגעוואקסן געװאָרן און פון איר העכער א יאָר צײַט קיין אויג ניט אראָפּגעלאָזט. דערנאָך האָט ער אָנגעהױבן ארײַנגײן צו איר, צו ליזען, אין שטוב. און ניט בלויז איז ער צו איר, צו ליזען, צוגעוואקסן געװאָרן מיט דער גאנצער נעשאָמע, נאַר אויך צום קינד. האקיצער, א װאָרט אהער, א װאָרט אהין, מע האָט אָנגעהױבן גיין אין טעאטער, אין מוזיי. בייס א גרויסן יאָמטעװ, איז מען געװען צוזאמען. און כאָטש ליזע איז װײַט, װי באװוסט, פון א פּראָפּעסאָר, זי קאָן נאָר גוט דרוקן אף א מאשינקע, האָט דער פּראָפּעסאָר איר דאָר געשװוירן, אז ער איז אין איר, אין ליזען, פארליבט, װי א יונג ייַנגל. א לענגערע צײַט האָט ליזע ניט געװאָלט אים הערן, זיך באמיט אים אָפּשטױסן פון זיך, װײַל דאָס איז ניט פאר איר, פאר ליזען, קיין זיוועג.
און װאָס דארף מען א סאך זאכן? עס איז דורך א געוויסע צײַט, און ליזע האָט געזען, אז דער דאָזיקער מענטש מיינט עס ערנסט, אז ער איז טאקע פארליבט, האָט מען זיך געגעבן דאָס װאָרט און מע איז זיך צונויפגעגאנגען.
דערהערט די זאך, איז די מאמע געבליבן זיצן אָן לאָשן. הערט נאָר, װי ליזע פליט אין די הויכע פענצטער -- א פּראָפעסאָר האָט זיך צו איר צוגעשארט! נאָר דאָס גײט איר אָפּו אין דער מישפּאַכע איז ניטאָ ניט דאָס, װאָס א פּראָפּעסאָר, נאָר אפילע קיין שטיקל פעלדשער, פּראָסטע כײַװעקײַעמס. איז װאָס זשע איז איר אָנגעגאן נעמען אין שטוב א פּראָפּעסאָר? װאָס זשע װעט זיך בא איר, בא ליזען, באקומען? װעגן װאָס װעט זי מיט אים ריידן, אז דאָס איז אזא גרויסער מענטש. א פּראָפּעסאָר, און זי האָט קיין גימנאזיעס און קיין אינסטיטוטן ניט געענדיקט, זי האָט אפילע קיין שוֹל ניט געענדיקט, װײַל זייער פרי האָט זי זיך אײַנגעליבט אין א לייטענאנט און זיך ניט באוויזן ארומקוקן, װי זי איז געבליבן אן אלמאָנע, און זיך געמוטשעט מיטן קינד, װי אפן טױש.
קורץ גערעדט, באקומען דאָס שיינע בריוול פון דער טאָכטער, האָט פעסיע זיך גוט אָנגעװײנט, זיך אוועקגעזעצט און איר אָנגעשריבן דאָס, װאָס בא איר אפן הארצן. און דאָך זיך ניט אײַנגעהאלטן און צום סאָף פונעם בריוװל געבעטן, אז ליזע זאָל איר אָנשרײַבן, װאָס פאר א פּראַפּעסאָר איז איר נײַער באשערטער -- פון אױגנווייטיק, ציינװייטיק, בויכווייטיק, װײַל אוב עס װעט אויסקומען, עמץ- צער פון זי באקאנטע װעט קראנק װערן, װעט ער עפשער קאַנען העלפן, דער פּראָפּעסאָר? האָט ליזע געענטפערט, אז ער איז, דאנקען גאָט, ניט אף אויגנווייטיק, בױכװײיטיק, ציינווייטיק, און מיט דער מעדיצין ביכלאל האָט ער ניט קיין שײַכעס. ער איז א פּראָפּעסאַר בא דער אײַונבאן.. אז מע בויט די וועגן, רופט מען אים, און ער איז אין דער אײַזנבאן א גרויסער װײיסער. אָן אים, הייסט עס, שטעלט מען זיך ניט בויען קיין איין אײַזנבא"ליניע אין דער מיניסטערסטווע..
,;מײַנע גליקן! -- האָט זיך געערגערט פּעסיע, -- כײַ װאָלט ער בעסער געװען א פּראָפּעסאָר פון מעדיצין, װאָלט ער געקאָנט אמאָל היילן אירע באקאנטע אָדער קרויווים... װאָס איז איר אָפּגע- גאן א פּראָפּעסאָר פון דער אײַזנבאן? אז מע עסט כאזער, זאָגט מען, זאָל כאָטש רינען איבער דער באָרד... אז מע געפינט זיך א פּראָפּעסאָר, טאָ זאָל ער קענען היילן מענטשן...
נאָר װאָס האָט פּעסיע געקאַנט מאכן? די קינדער פרעגן דען אן אייצע בא דער מאמען?
איינס האָט פּעסיע פארשטאנען, אז ליזע איז אן אָפּגעשניטענע צװײַג פון איר לעבן. האָבן אזא געהויבענעם מאן א פּראָפּעסאָר, װעט אים געוויס ניט אָנשטײן אראָפּפּאָרן אהער צוגאסט, זיך באקע- נען מיט שוער און שוויגער, מיט די קרויווים. זי, פּעסיע, און שויעל װעלן אוואדע און אוואדע אהין ניט פאָרן צוגאסט, װײַל וויפל מע קען זיך, האָט מען נאָך ניט געהאט צו טאָן מיט פּראָפּעסאָרן.
אָט װאָס עס הייסט, אז א קינד רײַסט זיך אָפּ פונעם טאטעימאמעס װאָרצל, א פייגעלע פליש ארויס פון דער אייגענער נעסט און לאָזט זיך פליִען איבער דער װעלט. ניט אומזיסט זאָגן מענטשן, אז דאָס בעסטע איז -- א זון! א זון איז אין שטוב, און די פאמיליע בלײַבט די זעלבע, א טאַכטער -- איז פון דער שטוב. זי בײַט אפילע איר פאמיליע, און גי װייס, אף װעמען דו האָסט אזויפיל געהאָ- רעוועט, אָפּגעגעבן א שטיק פון דײַן לעבן.
געזונט און שטארק זאָל זײַן איר דאָװידקע! טאקע א גליק, װאָס זי איז באנאנד מיט אים, װאָס ער איז אזוי איבערגעגעבן די עלטערן, דער מאמען.
דאכט זיך, אז ער װעט אזעלכע נארישקײַטן, װי די שוועסטער, ניט טאָן!
(פאַרזעצונג קומט)
מוישע שי 4 אאאשט אין. טס חי
טשערנאָביל
(פּאָעמע)
,דער מענטשלעכער פאָרשריט איז פול מיט געפאר: מיר צאָלן, און אָפּטמאָל צופיל,
פאר יעדן טראָט -- דעם געהיימען פאר
זײַן מאיעסטעט דעם צופאל.
ווען ס'מאכט זיך שוין יאָ, אז מע כאפּט דאָס געווינס
און יאָמטעװדיק װערט דער אוילעם,
קאָנען די פאָלגן ניט זען אף געוויס
אפילע כאכאָמים און גדוילים..."
אזוי כ'האָב געטראכט... מיט אזא געדאנק געװאָלט כ'האָב דעם אומגליק באנעמען,
נאָר הונדערט , פארװאָסן" האָבן מיך, װי א שלאנג, גענומען אין זייערע קלעמען.
ס'איז יעדער , פארװאָס?" -- וי פון ייַעש א
גוואלד. איך קוק אומבאהאָלפן אין הימל. װעט עפשער א דורכלויכט, א צװישן, א שפּאלט זיך עפענען דאָרט אין געװימל,
און עמעץ אף מײַן פילגעפּלאָגטן , פארװאָס?" באװײַזץ מיר װעט כאָטש א רעמעו --
אז איך זאָל מיט װײטיק און מיט פארדראָס אליין זיך דערגראָבן צום עמעס?..
און דאן האָט געטאָן אין די אויגן א בלענד.
,דו רופסט מיך? -- דערהער איך מיט ציטער. -- דײַן אומרו אין הארצן איך האָב דאָך צעברענט, איך, ,פרידלעכער" אטאָם-שפּליטער.
געדענקסט? האָסט מיט פריילעכן העפקער אמאָל דעם אטאָם מיט פערזן באזונגען. יאָ, זאָרגלאָזער העפקער.- א שרעקלעכע ראָל מיך אָפּשפּילן האָט ער געצווונגען..."
46
,112617עטס גת8הקח סאטתסד..5 .11662עה עס 8 מדצת 01842218267 048
2 1987 6662628 0 ג41106600 16636276)
מע קאָן דען פארגעסן? מיר האָבן געטרוימט די קראפט נוקלעארע באזאָטלען. מע האָט זי באהערשט! און מיר האָבן געשטױינט! און געזונגען כ'האָב: יל מען, איז -- האָט מען!"
יאָ, האָפּערדיק זאָרגלאָז געווען איז מײַן ליד. אין פולן פארנעם פון די לונגען
איך האָב מיט א פייגלשן פרײַען געמיט
מײַן , ברודערקע:אטאָם' באזונגען:
,מיר האָבן צעשפּליטערט, צעקלאפּט, װי א ניסל, דעם אטאָם, געטאָן אים אין קעפּל א שנעל. מיר װעלן פון קויעך פון זײַנעם געניסן. ער יאָגט אין די דראָטן האכנאָעדיק-שנעל.
ער דרייט די װערקשטעלן און בליצט אין די
לעמפּלעך. ער שטייט אף דער וואכטע טאָג-אויס און טאָג-אײן, און די עלעקטראָנען -- געהאָרכזאמע שעפעלעך -- צו אונדז, װי מעשאָרסים, זיי קומען ארײַןי--
אזוי אלע קרעפטן מיר װעלן באזיגן!
אף אונדזער גענאָד גִיט זיך אָפּ די נאטור.
און איך װעל דעם מענטשן דעם הערשער באזינגען,
איך, זײַן באגײַסטערטער טרובאדור!.."
און ווידער דער שפּליטער זיך װענדעט צו מיר, אף מײַנע ,, פארװאָסן" ער ענטפערט גערן.
כאָטש שרעקלעך איז קומען מיט אים אין באריר, נאָר אלץ, װאָס איך הער, איז פון עמעס דער קערן:
;דער פרידלעכער" אטאָם -- ער איז ניט קיין שאָף. ער איז הינטערלעסטיק-געפערלעך.
3*
מע דארף אים באנעמען פון אלעף ביז טאָף, קעדיי ער זאָל דינען אונדז ערלעך.
דער עמעס איז גרויזאם, װי יענער סאליוט
אין שטילשװײַגן איבער די קװאַרים...
דער עמעס איז ליכטיק, װי דרײיסטקײַט און מוט, און שטארק איז ער אויך אין א צאָרע.
טשערנאָבילער העלדן... זיי האָבן דערהערט, װי ס'האָט זיך פארשװעריקט באם היימלאנד דעם אָטעם. באקומען זיי האָבן די ביטערע רעכט די ערשטע צו זײַן אין געפעכט מיטן אטאָם.
זי זײַנען געװען פול מיט לעבן און לוסט,
מיט הערצער, געפּרוּװוטע אין פלאמען און שנייען.
ניט ערגער פון יעדן זיי האָבן געװוּסט,
וי ניט גלײַך די שלאכט איז, אף וועלכער זײ גייען?
זיי האָבן גענומען דאָס פײַער אף זיך,
וי אלעמאָל העלדן אין שווערסטע געראנגלען. אנטקעגן געפאר פון דעם הארצן געפירט, אזויווי מאטראָסאָוו זיי זײַנען געגאנגען.
דער העמשעך -- ער שײַנט אין אזעלכע, װי זיי, דער העמשעך פון העלדנמוט ניט פארלאָרן.
נאָר טרויעריק איז זי, די גאָלדענע ר
פון העלדן-מארטירער אין אונדזער זיקאָרן.
קעדיי עס זאָל טרויער ניט זײַן אין מײַן הױיז,
קיין אומגליק זאָל מער שוין דאָס לאנד ניט פארשווארצן, --
געלערנטע! כעזשבנט די פאָרמולעס אויס
ניט בלויז מיטן מויעך, נאָר אויך מיטן הארצן.
עס קלאפּט אינעם הארצן דאָס הייליקע אש
און רייניקט מיך אָפּ פון מעליצע און גײַװע, -- פון אלטן, מיט שימל באדעקטן באגאזש,
װאָס שטערט מיר דעם עמעס אללײַטיק באגרײַפן.
כ'בין זיכער געװוען, אז מײַן צוקונפט איז העל, באװאָרנט מיט זיגן און ליכטיקע פריידן.
כ'בין דעמלט געװען פונעם שעקער פארשטעלט, געװאָלט האָט ער מיך מיט דער צוקונפט צעשיידן.
כ'האָב יעדערן, װער ס'האָט געלאָזט זיך אף קרום, פארזיכערט, אז אלץ גייט אין לעבן קעשורע, און װעגן די שטרײַטן, װאָס ווירבלען ארום, געשטומט, װי א פיש, האָט מײַן ליכטיקע שורע.
געטריפט האָבן װערטער אָן פײַער און פלאם, וי טראָפּנדלעך איבער די שטוביקע שויבן.
בלויז איצט כ'האָב דערפילט זייער ביטערן טאם און כ'רײיניק זיי אָפּ מיט מײַן מענטשלעכן גלויבן.
איך האָב א פארװײַלונג, א שפּילכל געמאכט פון דעם, װאָס װערט איינמאָל ניט מערער געגעבן. אין זאָרגלאָזן שווימען איך האָב ניט געטראכט, וי גרינג איז פארשפּילן דאָס איינציקע לעבן.
מיט בושע איך זע, אז געלעבט כ'האָב אף באָרג, די כויוועס אלץ וואקסן און וואקסן און וואקסן.
װײַל עמעץ גענומען אף זיך האָט מײַן זאָרג
און האָט ניט געשוינט מײַנע קנאָכיקע אקסל..
און ס'גאנועט פּאמעלעך ארײַן זיך א קלאל אין זינען דעם שוואכן און איבערגעקערטן, אז בלויז די קאריערע, דער קאפּיטאל, זײַנען אין לעבן די העכסטע װערטן.
פאר לוקסוס און פּראכט גייט מען מאמעש אין שלאכט
מיט פרעכקײַט און אויכעט מיט אויספאלן ווילדע.
מע האָט דעם געוויסן מעוואטל געמאכט,
די ערע, דעם סייכל, די מענטשלעכע װירדע.
און איך האָב אָן צווייפל א כיילעק אין דעם, װאָס מעגלעך אזוינס צװישן אונדז איז געװאָרן. מײַן שולד איך באנעם אין איר פולן פארנעם און זאָג עס אצינדער מיט ביטערן צאָרן,
װײַל ס'קלאפּט אינעם הארצן דאָס הייליקע אש
פון די, װאָס אין אומגליק, אין אטאָם:געוויכער
זי האָבן מיט זייערע לעבנס, אָן ראש,
מײַן לײַכטזין פון ערגערס, פון שרעקלעכס פארזיכערט.
געווען ביסט, טשערנאָביל, פאר מיר בלויז א פּונקט אף דער געאָגראפישער מאפע.
געװאָרן ביסטו אין מײַן הארצן א פונק
פון פײַער, װאָס ניט צו פארכאפן.
דו װייטיקסט, טשערנאָביל, ניט ערגעץ װײַט, עס האָט ניט קיין זין דער מעהאלעך.
מיט אויסהיילונג דײַנער הײַנט װער איך באנײַט, מיט יעדן דײַן קאָרבן פאל איך..
קיין פרעמדע צאָרעס ניטאָ, ניט פאראן,
און יענע, װאָס װילן ניט הערן,
װי שװער דעם פאָלק גיט זיך יעדער שפּאן -- אליין קאָנען אָפּגענארט וערן.
װוּ ערגעץ א דונער, װוּ ערגעץ א בליץ -- עס דונערט און בליצט אין מײַן װעז. מיט יענע מארטירער אין טויטפולער היץ, אין פערטן בלאָק כ'בין געװועזן...
47
געווען ביסט,. טשערנאָביל, פאר מיר בלױיז א פּונקט
אף דער געאָגראפישער מאפּע.
געװאָרן ביסטו אין מײַן הארצן א פונק
פון פּײַער, װאָס ניט צו פארכאפּן.
דו ראטעווע, מאמע, מיך פון דערשרעק,
דאָס צװײַטע מאָל פאלן אין פײַער.
פארװאָס דארף די מענטשהײַט אין הימל אוועק מיט גרויליקן אירן צושטײַער?
אָ, גיריקע בריַעס!.. זיי האָבן א האנט
אין דעם, װאָס די װעלט איז צעשפּליטערט. זי זוכן די נוצן אין דעם, װאָס איין לאנד אפן צווייטן פארמעסט זיך פארביטערט.
צעשפּליטערן יעדן! צעשפּליטערן אלץ!
דעם יאָדער פון מענטשלעכקײַט! ביטע! פארנונפט און זיקאָרן? נעשאָמע און הארץ? געשיכטע און װעלט? צו דער שכיטע!.
אָט שטיי איך אליין פאר מײַן לעבן א מידער, ערשט עפּעס געטאָן האָט א שװעב.. איך קוק זיך ארום: ניטאָ איז דער שפּליטער. מײַן אייניקל שטייט אף דער שװעל.
אך, אייניקל מײַנס, מײַן שוועלבעלע זיס',
דו טו מיר א קוק אין די אױגן.
צי דען אף דער ערד ביסט געקומען אומזיסט? אומזיסט מאמעס מילך געזויגן?
צִי דען איז דער גוירל געפאלן אף דיר פאר דער אוראלטער שלאנגס יעיצערהאָרע, און פּרוּװן אומעגלעך איז, כאָטש קלאפּיר, אויסלייזן דיך פון דער צאָרע?
צי דען האָט די ערד מיליארדן יאָר פון אלעס געקאָנט זיך רעטן --
בלויז צוליב דעם, אז די הײַנטיקע װאָר דײַן קעפּעלע קליינס זאָל פּלעטן?
צי דען דעם פּראָגרעס האָט דער רועך געשטעפּט, געדרייט דאָס טײַװלאָנישע הענטל,
און צענדליקער דוירעס האָבן געװעבט
פאר דיר בלויז א מיסע-העמדל?
צי דען אף א פּלאץ, װאָס איז נאקעט און פּוסט, פארהילט אין א גרויל א קאלטן,
וועסטו ניט געפינען קיין לײַבלעכע ברוסט,
װאָס זאָל דיר פון אומקום באהאלטן?
מיט מײַנע ליפּן זיך ווענדן צו דיר
אויך. דײַנע פארגאנגענע אָװעס.
זיי שטעלן זיך אויס אין א ריי אָן א שִיר, און רעדן דורך מײַנע מאכשאַװעס:
דער עמעס איז גרויזאם, װי יענער סאליוט
און שטילשװײַגן איבער די קװאָרים...
דער עמעס איז ליכטיק, װי דרײיסטקײַט און מוט, און שטארק איז עֶר אויך אין א צאָרע.
באָריס סאנדלער שידיי 40
נײַע דערציילונגען
דער אלטער ברונעם אונטערן אלטן נוסנבוים
מאָראָזשענע. נאָר דאָס װאָרט אליין (אפילע אָן דעם, איך זאָל די מאָראָזשענע פארזוכן, זי א לעק טאָן, דערפילנדיק באלד מיט דער צונג דעם זיסן ברי) פלעגט זיך מעכײַעדיק צעשמעלצן אין מויל און טרײַבן די סלינע. אזא באטאמט פּוטער-שאַקאָלאדנע װאָרט ,מאָראָזשענע" -- עס צעגייט זיך אין יעדן אייווער.
און כאָטש דאָס געשמאקע װאָרט איז מיר שטענדיק געלעגן אף דער צונג, איז עס, װי אפצו" לאָכעס, פארקניפּט און פארבונדן מיט אן אנדער װאָרט -- אנגינע. אָט דאָס פּריקרע-ביטערע װאָרט, װאָס האָט געהאט אן אײַנגעשטאנענעם אפּטײק-רײעך, איז בעפיירעש אויך טאָמיד געלעגן אף דער צונג, נאָר שוין ניט בא מיר -- בא מײַן מאמען.
-- מאמע, כ'וויל מאָראָזשענע...
-- מער גאָרניט! האָסט ערשט געהאט אזא שווערע אנגינע!
יאָ, די צוויי הייפּעכדיקע װערטער האָבן זיך געפּאָרט צװישן זיך, װי יענע נײַע שטיוועלעך: דאָס רעכטע שטיוועלע איז אקוראט אף מײַן פיסל -- גײ, און שפּרינג, און לוף. דאָס לינקצ - קוועטשט מיר אָבער אזוי אָן, איך קאָן קיין שפּאן ניט מאכן. כ'מוז די גאנצע צײַט אונטערבייגן די פינגער.
אײינמאָל, גראדע אינמיטן זומער, ליג איך אין מײַן בעטעלע -- דער האלדז איז מיר ארומגע- וויקלט מיט דער מאמעס װאָלענער פאטשיילע, װאָס האָט צוויי גרויסע מײַלעס: זי ווארעמט, װי א גוט אָנגעהײצטע הרובע, און בײַסט, װי א מאכנע אויסגעהונגערטע מוראשקעס, -- און די מאמע דערלאנגט מיר אף א טעלערל א ואפליע-גלעזעלע. פארשטייט זיך, ניט קיין ליידיקס. דאָס הארץ האָט מיר א טיאָכקע געטאָן: פּונקט אין אזעלכע ואפליע-גלעזעלעך פארקויפט מען מאָראָזשענע.
בא דער דיקלעכער פרוי אין א װײַסן אָנגעקראָכמאליעטן פארטעך מיט צװיי רויטע בעקעלעך אפן קײַלעכיקן פּאָנעם, װאָס האנדלט מיט מאָראָזשענע אין א קליין פאניערישטיבל, ענלעכס אף א שטארנשלאק, זײַנען די לידיקע ואפליע-גלעזעלעך אויסגעלייגט אף א פּאַליצע שורעסװײַז-- א גלעזעלע אין א גלעזעלע. מיט א לעפל פילט די פרוי אָן דאָס וואפליע-גלעזעלע מיט מאָראָזשענע, שטעלט עס אװעק אף דער רעכטער שאָל פון דער װאָג און, ווארפנדיק יעדעס מאָל קאָסע בליקן אפן טאנצנדיקן װײַזער, הייבט זי ערשט אָן מיטן לעפל אָפּצופּן פון דער פּאָרציע שטיקלעך מאָראָ זשענע. איך שטיי באם פירעקיקן פענצטערל פון דער אנדערער זײַט װאָג און האלט זיך קוים אײַן: שוין! גענוג אזויפיל צופּן! ס'וועט מיר דאָך גאָרנישט ניט בלײַבן!..
מיט היספּײַלעס, נאָר מיט א טראָפּנדל כשאד, קוק איך אף דער מאמען.
-- װאָס איז דאָס?
-- אנו, טרעף! ס'איז דאָס, װאָס דו האָסט אזוי לִיב.
איך בין שוין גרייט געװען אױסשרײַען: ,הורא, מאָראָזשענע!" -- די אנגינע מײַנע האָט מיר אָבער באלד געגעבן וועגן זיך צו וויסן מיט א שטאָך אין האלדז.
-- דאָס האָט דיר דער דאָקטער סויבל צוגעשריבן, -- זאָגט ערנסט די מאמע. -- אָט די מאָ ראָזשענע איז פאר דיר הײַנט די בעסטע רעפוע.
א גראָװער, מיטלװוּקסיקער מענטש מיט צװיי קינדערש-ריינע אויגן -- זי נארן קײינמאָל ניט אָפּ און גלייבן יעדן אפן װאָרט, -- איז ער געווען אונדזער , שטוב-דאָקטער". מ'האָט אים יעדן טאָג געקאָנט זען אין גאס אין זײַן אָפּגעבליאקעװעטן דעמיסעזאָדמאנטל (אמאָל איז ער, אפּאַנעם, געווען א טונקל-בלאָװער) און אין א פּאַר אומגעלומפּערטע קאלאָשן, ארופגעצויגענע אף די שווארצע קא- מאשן. פון אונטער דער פּאכװע, צוגעדריקט מיטן עלנבויגן, האָט זיך אָנגעזען אן אויסגעריבענער
49
עק פון א לעדערנער פּאפּקע. אין דער פּאפּקע איז אין איין קעשענקעלע געלעגן א פּעקל מיט ריינע רעצעפּטן, און פונעם אנדערן קעשענקעלע האָט ארויסגעשטעקט דאָס הילצערן רערל פון זײַן סטע- טאָסקאָפּ.
איבער מײַנע אָפטע אנגינעס איז דער דאָקטער סויבל געװאָרן בא אונדז אין שטוב א היימישער מענטש. ס'איז אים גענוג געװען אופעפענען די טיר פון דער וועראנדע, אז איך זאָל באלד דער" שמעקן, ווער ס'איז צו אונדז געקומען. איך פלעג שוין דעם דאָקטער דערקענען ניט נאָר נאָך זײַן ווייך-זינגעװדיק קאָל, נאָר אפילע נאָכן קרעכצנדיקן סקריפּ פון זײַנע אלטע קאמאשן.
באם אַנהייב האָט זיך דער סקריפּ עטװאָס געהערט אינעם קאָרידאָר, בעשאס דער דאָקטער האָט זיך דאָרט א פּאַר רעגעס געטאָפּטשעט אף אן אָרט, אראָפּנעשלעפּט די קאלאָשן און אױיסגעטאָן דעם מאנטל. דערנאָך האָט אים דער סקריפּ באגלייט אין קיך ארײַן צום בלעכענעם וואשבעקן, װוּ דער דאָקטער האָט זיך א װײַלע פארהאלטן: אָפּגעוואשן זיך גוט די הענט מיט זייף און זיי אָפּגעװישט אין , זײַן', ספּעציִעל פאר אים צוגעגרייט האנטעכל. צום סאָף, ווען דער דאַקטער סויבל אין שוין געגאנגען גלײַך צו מײַן צימער, האָט זיך מיר מיט יעדן שפּאן זײַנעם אלץ מער און מער אָנגעהױבן אויסצודאכטן, אז ניט די אלטע קאמאשן סקריפּען, נאָר עס סקריפּעט עפּעס אין מיר אליין. ניין, כ'האָב פארן דאָקטער סויבל ניט מוירע געהאט. קיין שום איניעקציעס װועט ער מיר, כאָלילע, ניט מאכן. און דאָך איז ער א דאָקטער, װי אלע דאַקטוירים.
איך האָב שוין גוט געװוּסט, אז באלד װעט ער צוגיין צו מײַן געלעגער, זיך צוזעצן אפן עק בעטעלע, א זאָג טאָן: ,כיזע, ייַנגעלע, דאָס העלדזעלע טוט אונדז וויי", -- גלײַך װי ניט איך אליין -- מיר ביידע קריכן ניט ארויס פון די װיסטע אנגינעס, -- און דער דאָקטער װעט מיך א טאפּ טאָן באם האלדז, עטװאָס נידעריקער פון די באקניינער מיט זײַנע ווייכע שטענדיק קאלטע פינגער. דערנאָך ועט ער נעמען בא דער מאמען דאָס זילבערנע לעפעלע, װאָס זי האָט פארכאפּט מיט זיך פון דער קיך, און איך, װי א קראנקער מיט סטאזש, וועלכער ווייסט שוין אפריער װאָס און ווען, װעל ברייט אופעפענען דאָס מויל, ארויסשטופּן די צונג און, ווארגנדיק זיך, ארויסקוועטשן פון זיך: א-א-א"א!
די גאנצע פּראָצעדור כאזערט זיך הײַנט אויך איבער. דער דאָקטער קוועטשט מיר אָבער אזוי שטארק צו די צונג מיטן לעפעלע צו די אונטערשטע ציין, אז דעם ,א-א" שרײַ איך שוין ניט נאָר דערפאר, װײַל איך דארף אזוי שרײַען, כ'האָב מוירע, אז אָטאָט בײַס איך זיך אליין אָפּ די צונג.
-- יאָ, -- זינגט אויס דער דאַקטער, ארױיסשלעפּנדיק סאָפּקאָלסאָה דאָס לעפעלע פון מײַן מויל, -- מיט אזעלכע צוויי אָנגעשװאָלענע גלאנדעס איז ניט קיין כושע זיך צו בארימען.
ער גיט מיר א שויבער דעם קאָפּ און הייבט זיך אוף פונעם בעטעלע.
-- נישקאָשע, ייִנגעלע, איך װעל דיר באלד צושרײַבן אזא רעפוע, װאָס װעט דיך איינס-צוויי שטעלן אף די פיס.
עס דערהערט זיך ווידעראמאָל דער קרעכצנדיקער געסקריפּ פון זײַנע אלטע קאמאשן, ער רירט מיך שוין אָבער װינציק-װאָס. איצט אינטערעסירט מיך מער, וועגן װאָס שעפּטשען זיי זיך דאָרט איבער אינעם צווייטן צימער, דער דאָקטער סויבל מיט מײַן מאמען.
דער דאָקטער סויבל (שטיל, נאָר מיט א זיכערקײַט אין קאָל):
-- מער אָפּלײגן טאָר מען ניט!
די מאמע (פארלוירן):
-- און עפשער...
דער דאָקטער:
-- קיין שום ,עפשער"! װי נאָר ער װעט א כיסל קומען צויזיך, וועלן מיר אים אָנהײיבן גרייטן צו אן אָפּעראציע.
..דאָס אלץ איז געשען מיט א פּאַר שאָ צוריק, און איצט דערלאנגט מיר די מאמע אף א טע" לערל דאָס וואפליע-גלעזעלע מיטן דאָקטער סויבלס רעפוע.
-- וי דו פארשטייסט שוין אליין, -- רופט די מאמע זיך אָן, -- קאָן איך דיר אצינד ניט געבן קיין קאלטע מאָראָזשענע, האָב איך זי א ביסעלע דערווארעמט.
ווארעמע מאָראָזשענע?! דאָס ערשטע מאָל הער איך אזוינס... נאָר מיילע, כ'האָב דען אן אנדער בריירע? זאָל שוין זײַן ווארעמע מאָראָזשענע, אבי מאָראַזשענע!
איך נעם בא דער מאמען דאָס טעלערל און פארזוך די ניטגעוויינלעכע רעפוע. א װײַלע זיץ איך, באלעק זיך די ליפּן. איך טראכט צו זיך אליין: אלץ, דאכט זיך, גייט זיך צונויף -- דאָסיאָ איז פּונקט אזוי װײַס און זיס, װוי קאלטע מאָראָזשענע, אָבער נאָכן טאם נאָך דערמאַנט עס א פּאָשעטע מאנע קאשע. און א מאנע קאשע קאָן איך אין מויל ניט נעמען. פון דער אנדערער זײַט, װי קומט א מאנע קאשע צו א וואפליע-גלעזעלע? און נאָך א זאך: אוב מאָראָזשענע קאָן מען נאָך עפשער יאָ א ביסעלע דערווארעמען, איז פארפרירן א מאנע קאשע... האקיצער, אהין-אהער, ויָאזוי כ'האָב
0
ניט געדרייט, האָב איך פונדעסטוועגן אויסגעדרייט, אז דאָס איז טאקע עמעסע מאָראָזשענע, נאָר מיט אזא בײַטאם פון א מאנע קאשע, װאָס פילט זיך עפשער עטװאָס.
בעשאסן טראכטן באמערק איך אליין ניט, װי פונעם וואפליע-גלעזעלע און פון דער ווארעמער מאָראָזשענע בלײַבט ניט קיין סימען. א זאטער און א צופרידענער, קער איך דער מאמען אום דאָס ליידיקע טעלערל.
-- א דאנק, מאמע! פארנאכט װעסטו מיר װידער געבן די זעלבע רעפוע?
-- אוואדע, נארעלע, -- און די מאמע גיט זיך פּלוצעם א צעלאך. -- ס'זאָל דיר װויל באקומען!
כ'פיל, אז ס'איז געקומען די רעכטע מינוט, ווען איך קאָן בעטן בא דער מאמען װאָס איך ויל, און זי װעט מיר ניט אָפּזאָגן. גיב איך א בעט:
-- מאמע, דערצייל מיר עפּעס וועגן דײַן שטעטעלע.
-- כ'האָב דיר שוין, דאכט זיך, אלץ דערציילט און ניט איין מאָל.
פונדעסטוועגן פאריכט די מאמע די װאָלענע פאטשיילע אף מײַן האלדז און זעצט זיך אװעק אנטקעגן מיר אף א בענקל. זי דערציילט, און די האנט מײַנע האלט זי אין איר האנט. עס דאכט זיך, אז די אלע יאָרן, װאָס די מאמע האָט פארבראכט אין איר ליבן שטעטעלע, יענע װײַטע יאָרן, וװען איך בין נאָך אף דער װעלט ניט געווען, גייען איצט איבער פון איר האנט אין מײַן האנט, פון איר הארץ צו מײַן הארץ...
דעם עמעס געזאָגט, הער איך הײַנט דער מאמעס דערציילן ניט מיט אזא פארכאפּטקײַט, וי טאָמיד. עפּעס שטערט מיר, טאָטשעט און עסט מיך פון אינװייניק. יאָ, די נײַע רעפוע װעט מיך טאקע גיך שטעלן אף די פיס, װאָס טוט מען אָבער מיט דער אָפּעראציע? ניט אומזיסט האָט דער דאַקטער סויבל געזאָגט, אז װי נאָר איך װעל קומען צויזיך, װעט מען מיך ,אַנהײיבן גרייטן צו אן אָפּעראציע". און ויָאזוי, װאָלט איך געזאָלט ויסן, גרייט מען צו אן אָפּעראציע צו?.. כ'שטעל זיך באלד פאָר; מע לייגט מיך ארײַן אין שפּיטאָל, איך בלײַב דאָרט איינער אליין -- אָן דער מאמען און אָן דעם טאטן -- אליין, אָן קיינעם ניט! מע מאכט מיר יעדעס מאָל איניעקציעס, קאָלערלײ אנאליזן, מע שטופּט אין מיר ארײַן פּילן, מע הייסט מיר שווענקען דעם האלדז מיט ביטערע שוענקעכצן.. און קיין שום נעשאָמע האָט אף מיר קיין ראכמאָנעס ניט! און פּלוצעם דערמאָן איך זיך אינעם קליינעם הערשעלע. פאראיאָרן זומער איז ער געשטאָרבן. ,אוי, הערשעלע! -- האָט זיך געטראָגן פון דער שכיינעסדיקער שטוב דער מומע ברײַנעס הארצרײַסנדיקע געשרייען, -- אוי, מײַן קינד! וען מע מאכט דיר ניט עפשער קיין אָפּעראציע, װאָלסטו געלעבט און געלעבט!".
עס באשלאָגט מיך א היץ. עס ציטערט אין מיר יעדעס אַדערל. אין די שלייפן קלאפּט דאָס בלוט, װי עמעצער װאָלט געקלאפּט אין א פארשפּארטער טיר און געשריען: ,אָפּעראציע! אָפּערא- ציע-ע-ע-ע"ע!.." און טאָמער װעל איך אויך שטארבן, װי דער קליינער הערשעלע? ניין! איך בין שוין א גרויסער! איך דארף עפּעס טאָן! װאָס ליג איך? װאָס ווארט איך? אנטלויפן!.. יאָ, יאָ -- אנטלויפן פון דער שטוב!.. אָט רײַס איך באלד אראָפּ די נימעסע פאטשיילע פונעם האלדז. אָט שפּרינג איך שוין ארויס פונעם בעטעלע. כ'לויף ארויס אין קיך. דערנאָך אין קאָרידאָר, אף דער וועראנדע, כ'גיב א שטופּ די טיר, איך בין אין דרויסן. איך בין פריי...
סארא הייסער טאָג. די זון אין געבליבן הענגען איבערן קאָפּ. איך גיי... איך גיי שוין לאנג, און די זון רירט זיך ניט פונעם אָרט. איך באגיס זיך מיט שווייס. דער צעגליטער שטויב אפן װעג בראָט מיר די באָרװעסע פיס. איך גיי ארוף אף א בארג...
אין די ערטער בין איך נאָך קיינמאָל ניט געװען. פארװאָס זשע ווייס איך גוט, אז באלד נאָכן בארג װעט דער װעג פארקערעווען אף לינקס? פונדערװײַטן װעט זיך װײַזן א גרין שיין וועלדל, און דאָרט, הינטערן ועלדל, װי הינטער א פארקישעפטער וואנט, באהאלט זיך א קליין שטעטעלע.. נו אוואדע, דאָס זײַנען די ערטער, װוּ מײַן מאמע איז געבוירן געװאָרן. איך גיי, הייסט עס, צוגאסט צו מײַן מאמעס שטעטעלע. איך װעל גיין איבער די שמאָלע געסלעך -- איין געסל איז ענלעך אף אן אנדער געסל, -- זיי האָבן אפילע קיין נעמען ניט. שטענדיק זײַנען זיי פארשמוציקט און פארמיס- טיקט, װײַל קעדיי אויסגיסן די פּאָמאָיניצע, דארף א שטעטלדיקע בעריע ניט לֵויפְן װײַט זי גיט דעם עמער א פּליוסקע אויס גלײַך בא דער טיר. פארשטייט זיך, ניט בא דער אייגענער טיר, בא דער טיר אנטקעגן. לויפט באלד ארויס די שכיינע און צעפּילדערט זיך אפן גאנצן געסל: , שלימעזאלניצע! שטינקערן! האָסט שוין ניט װוּהין צו גיסן דײַנע פּאָמאָיעס?! נאָר אף מײַן שװועל!.." רופט זיך אָן יענע, מיטן ליײידיקן עמער אין דער האנט: ,הערט נאָר, װײַבער! זי מעג יאָ שיטן מיסט הינטער מײַן פענצטער, און איך אויסגיסן א ריין ביסל וואסער..." שלאָגט זי די שכיינע איבער: ,ס'זאָל דיר שוין גיסן אפן קאָפּ און וואסערן אין בויך! מײַן מיסט פארגלײַכט זי מיט אירע פּאָמאָיעס!"
באם שנײַדערשן שולכל װעט מיך אוואדע באגעגענען יאנקל די קװאָטשקע -- אזוי רופט מען אים אין שטעטל, דעם קליינטשיקן האָרבאטן באָכער מיט א געל שיטער בערדל און מיט א פאר- שמאָלצענער יארמעלקע אפן שפּיץ קאָפּ, װי מע װאָלט זי צו דעם אָרט אף אײביק צוגעקלעפּט.
1
מענטשן דערציילן, אז מעשוגע איז ער געװאָרן איבער זײַן טאטן, ועלכער האָט אים געװאָלט מאכן פאר א שויכעט, און יאנקל האָט, נעבעך, ניט געקאָנט פארטראָגן קיין בלוט. אז יאנקל די קװאָטשקע דערזעט עמעצן גיין, לויפט ער צו אים באלד צו און הייבט אָן קװאַקען: ,קאָואָאַדקאָיקאָ: גיב מיר א קאָיאָזפּיקע, װעל איך דיר לייגן אן איי, קאָזאָזאָזקאָזקאָ!.." בעשאסן קװאָקען ציט זיך בא יאנקלען אויס דער דארער האלדז, די שמאָלע אקסלען װערן אים נאָך שמעלער, די אויגן פארשלייערן זיך מיט א דין מאטאָװוע הײַטעלע -- טאקע יאָ אן עמעסע קװאָטשקע -- א האָלאַשײקע. אזוי װעט ער שױן קװאַקען און בעטלען, זיך ניט אָפּטשעפּען פון אײַך, ביז איר װעט אים ניט געבן דאָס, װאָס ער בעט. דעמלט הייבט ער ערשט אָן שפּרינגען פון פרייד און שרײַען: ,איך האָב דיך אָפּגענארט! כ'בין ניט קיין הון, א האָן בין איך, כאיכא.." און פאַכנדיק מיט ביידע הענט, קרייעט יאנקל אויס אפן גאנצן גאָרגל: ,קיקא-רי-קוויו!"
װײַטער װעל איך זיך אין עג אָפּשטעלן א װײַלע לעבּן בערל קאצס פּאריקמאכערסקע. די גרויסע קרום-קײַלעכיקע אױסיעס אף דער װײַסער פירעקיקער װויוועסקע האָבן זיך שוין ערטערװײַז אָפּגעקאלופּעט, און פונעם גאנצן װאָרט , פאריקמאכערסקע" איז, װי אומיסטן, פארבליבן נאָר ,..מאכער...". די היגע לייצים האָבן א סאך ניט געדארפט: צוגעשטוקעוועט צו בערלס פאמיליע דאָס איבערגעבליבענע אף דער װיוועסקע, און אָט, נאט אײַך א גרײטן צונאַמען: ;קאצמאכער". װי דען אנדערש --- װױינען אין א שטעטל און ניט האָבן קיין צונעמעניש?! איז אָט, טאקע מיט דעם בער? קאצמאכער איז געשען א געשיכטע, װאָס האָט געמאכט אין שטעטל א גרויסע בעהאָלע. מ'האָט די סוידעספולע געשיכטע געקאַנט הערן א היפּשע צײַט אין יעדער שטוב, אין יעדן געסל, אין די קלייטי לעך, אין מארק, אין באָד, אין אלע פינף שולן, מיט וועלכע ס'איז אזוי רײַך דאָס קליינע שטעטעלע, און אפילע אפן בעסוילעם. זי האָט זיך אזוי לאנג און גיך איבערגעגעבן פון מױל צו מױיל, אז די איידעס פונעם געשעענעם האַבן שוין אליין געצווייפלט, צי ס'איז געװען אזוי, װי מע דערציילט, צי אזוי, װי זי האָבן עס געזען. אוֹן אָנגעהױבן האָט זיך אלץ דערפון, װאָס בערל קאצמאכער האָט זיך אין א טאָג צעקריגט מיט זײַן שוטעף װעלװל לאָקש. וועלוועלע האָט טאקע געטראָגן די פאמיליע לאַקש, נאָר ניט אים װײַוט מען אָן אף דער טיר און ניט אים לייגט מען ארײַן א פינגער אין מויל. ;געדענק זשע, בער, -- האָט וועלול אויסגעשריען, שוין שטייענדיק אף דער שװעל. -- אליין ביסטו א קאץ, און שווארצע קעצעלעך װעלן זיך דיר כאָלעמען!" און ער האָט א קלאפּ געטאָן מיט דער טיר. אין א פּאַר טעג ארום, פארנאכט-צו, האָבן זיך צו בערלען אין דער פּאריקמאכערסקע פּלוצעם ארײַנגעשטעלט דרײַ מאָדנע פּארשוינען, אָנגעטאָן אין װײַסע לאנגע נגאָדים, עלעהיי דרײ מייסים אין טאכריכים. די פּענעמער, אויסגעשמירט מיט סאזשע, האָבן בא זי אזוי געבלישטשעט, װי עס בלישטשען ניט די כאָליעװעס בא א גענעראל. כוץ דעם מײַסטער, זײַנען אין דער פּאריקמאכערסקע געווען נאַך צווי קליענטן: איינער, מאָטל דער שטריקלדרייער, האָט געווארט, ביז ס'װעט זיך בא פּרײַען דער שטול. דער אנדערער קליענט, סראָל דער שאמעס, איז אין דער צײַט אף דעם שטול געזעסן. דעם קאָפּ פארװאָרפן אף אהינטער, האָט ער געכאפּט בייסן גאָלן א דרעמל. איין באק האָט אים דער פּאריקמאכער שוין געהאט אָפּגעראזירט, די אנדערע איז נאָך געװוען פול אין מילינקעס. די דרײַ פּארשוינען האָבן זיך בא בערלען לאנג ניט פארהאלטן -- זי האָבן גיך ארומגערינגלט דעם ניט-טויט, ניטילעבעדיקן פּאריקמאכער, איינער האָט בא אים טייקעף צוגענומען דאָס גאָלמעסערל, דער צווייטער -- אדומגעכאפּט פון הינטן, װי מע כאפּט ארום א פעסל מיט אן אײַזערנער רייף, און דער דריטער האָט אַן אן איבעריק װאָרט אויסגעוואלגערט דאָס שמיריבערשטעלע אינעם שאָלכל מיט זייף און אָנגעהױבן דערמיט אָנזײפֿן בערלען דעם קאָפּ. קיין גרויסע שעועליורע האָט דער פּאריקמאכער ניט פארמאָגט, און דאָך זײַנען די שיטערע שווארצע האַר זײַנע אפן קאָפּ שטענדיק געווען צוגעקעמט מיט א גלײַכן שרונט און גוט אַנגעשמירט מיט בריליאנטין. בערל האָט, נעבעך, ניט באוויזן א פּינטל צו טאָן מיט אן אויג, װי יענער, װאָס האָט בא אים פריִער ארויסגעכאפּט דאָס גאָלמעסערל פון דער האנט, האָט איינס-צוויי אַפּגעפידלט בערלס שיינע פריזור אזוי' גלאט און אזוי ריין, אז מהאָט שוין קיין שום בריליאנטין ניט געדארפט האָנן. אין דער רעכטער מינוט, װען דאָס שטיקל ארבעט איז שוין געװוען אָפּגעטאָן, האָט זיך אופגעכאפּט פון זײַן זיסן דרעמל דער ניטידער" גאַלטער שאמעס. א רעגע איז ער געזעסן, געקוקט אין שפּיגל מיט צװײי פארשלאָפּענע אױיגן, נאָך רעכט, אפּאַנעם, ניט פארשטייענדיק, צי דאָס אלץ, װאָס ער זעט פאר זיך, איז א כאָלעם, צי ס'איז שוין ניט קיין כאָלעם. פּלוצעם האָט ער זיך א ריס געטאָן פון דעם שטול, און װי ער איז געװען, מיטן שערער-האנטעכל ארום האלדז, ארױיסגעלאָפן אין דרויסן. דער ניטידערגאָלטער שאמעס איז געלאָפן איבער די פינצטערע געסלעך און געשריגן אף קוילע-קוילעס: ,טכיעס האמייסים! טכיעס האמייסים!" דער צווייטער קליענט, מאַטל דער שטריקלדרייער, װאָס איז ביז אהער געזעסן פארטײַעט אין א װינקעלע, ניט געװוּסט, נעבעך, װוּהין זיך אהינטאָן פאר מוירע, האָט אויך גענומען די פיס אין די הענט און געמאכט די פּלײטע...
52
אפן אנדערן טאָג האָט דאָס גאנצע שטעטל געקאַכט. יעדער האָט געקוקט אף דעם געשעענעם מיט זײַנע אייגענע אויגן, אױסגעטײַטשט עס אף זײַן. אייגענעם אויפן. נאָךר לאנגע ויקוכים זײַנען די שטעטלדיקע כאכאָמים געקומען סאָפּקאָלסאָף צו אזא אויספיר: די דרײַ פּארשוינען זײַנען דרײַ מאלאָכים, װאָס האָבן זיך אראָפּגעלאָזט אף דער ערד, קעדיי דורך בערל קאצמאכערס קאָפּ געבן צו וויסן דעם אוילעם, אז אינגיכן װעט קומען מאָשיִעך און אז מע דארף זיך קלײַבן אין װעג ארײַן. יאָ, אלץ האָט מען, דאכט זיך, דערקלערט, נאָר איין זאך האָט קיינער ניט געקאַנט פארשטיין: פאָר- װאָס האָבן די מאלאָכים געדארפט זיך פארשטעלן װי נעגערס? א מאלעך אָבער בלײַבט א מאלעך. דאָס, װאָס עס קומט אים אמאָל אין קאָפּ ארײַן, קאָן קיין שום מענטש ניט דערקלערן, זאָל ער אפילע זײַן דער גרעסטער כאָכעם אינעם שטעטל... װער ווייסט, וי װײַט די געשיכטע װאָלט פארגאנגען, ווען וועלוול לאָקש, זײַענדיק א קאפּעלע בעגילופנדיק, כאפּט זיך ניט ארויס מיט א װאָרט, אז דעם גלײַכן שרונט בערלס האָט ער אים שוֹין פארקײַלעכיקט אפן גאנצן קאָפּ. ,קעצעלעך װעלן זיך אים כאָלעמען, -- האָט װועלול זיך בארימט פאר א קאָמפּאניע כעוורע, -- שווארצע קעצעלעך!.."
..און די זון רירט זיך ניט פונעם אָרט. הענגט איבערן קאָפּ, גלײַך װי מע װאָלט זי צוגעקלאפּט צום הימל מיט צװועקעס. ווען זשע װעט זיך שוין װײַזן דאָס גרינע װעלדל? איך גײַ און גײי, און דער װעג װעט, דאכט זיך, קיין סאָף ניט האָבן. עס פּײַניקט מיר דער דאָרשט. דער האלדז ברענט, און די ברענעניש כאפּט ארום דאָס גאנצע לײַב. איך גיי אויס נאָך א טרונק וואסער!..
דאָרט, ניט װײַט פון בערל קאצמאכערס פּאריקמאכערסקע, קימאט אינמיטן שטעטל, שטייט אונטער א צעצװײַגטן אלטן נוסנבוים אן אלטער ברונעם. כ'האָב ניט איין מאָל געהערט פון מײַן מאמען, אז אזא קאלטע, אזא היילנדיקע, אזא קישעפדיקע וואסער, װי אין יענעם ברונעם, האָט זי מער אין איר לעבן ניט געטרונקען. ארום דעם אלטן ברונעם האָט זיך, אייגנטלעך, אָנגעהױבן דאָס לעבן אין שטעטל, זינט דאָס שטעטל געדענקט זיך, געדענקט עס דעם אלטן ברונעם. נאָך מײַן זיידע און מײַן זיידעס זיידע האָבן זיך געקוויקט מיט דער זיסער וואסער פון דעם ברונעם, גלײַך װי דער נוסנבוים און דער ברונעם װאָלטן שטענדיק געווען אלט. אין די נעכט, ווען איבערן שטעטל שווימט
פיט לש יש 4
הש 5
יי
3
ארויס דער נײַיגעבױרענער מוילעד, לויפן בישטיקע צום ברונעם די קאלע-מיידלעך. מע קוקט אינעם ברונעם ארײַן מיט א צאפּלדיק הארץ: עפשער איז דאָס, װאָס מע דערציילט װעגן דעם ברונעם, ניט גלאט באָבע-מײַסעס, עפשער װעט זיך טאקע װײַון דאָרט, אין דער שווארצער טיפעניש, דאָס פּאָנעם פונעם באשערטן? װער האָט דעם ברונעם אױסגעגראָבן, געדענקט שוין אין שטעטל קיינער ניט, אפילע די באָבע לייע. זי איז שוין אזוי אלט און כאָרעװו, אז די אורייניקלעך טראָגן זי ארויס אין דרויסן אף די הענט, װי א שוארץ ליאלקעלע. מע זעצט זי אװעק לעבן דער שטוב אף דער פּריזבע, און דאָ זיצט זי שוין אָפּ קימאט דעם גאנצן טאָג, הוידעט זיך שטילערהייט, גלײַך זי װאָלט זיך אליין געװאָלט אײַנװיגן. א קליינטשיקע, אײַנגעשרומפּענע ייִדענע, דערמאָנט זי דאָס שווארצע קלומעקל אירס, מיט װעלכן זי פלעגט גיין צו די קימפּעטאָרנס. די אלטע לייע איז, דאכט זיך, די באָבע פונעם גאנצן שטעטל. וויפל קינדער האָט זי גענומען פאר איר לאנג לעבן? אױסגעבאָדן זי אין דער וואסער פונעם אלטן ברונעם און געבענטשט דערנאָך יעדעס ערשט-געבוירן נעפעשל אף א גליקלעך לעבן ביז הונדערט און צוואנציק יאָר. און וויפל מײַסעלעך האָט זי געקענט! װי קאָלערלײ פייגעלעך, זײַנען אירע מײַסעלעך זיך צעפלויגן איבערן שטעטל און זיך געמאכט א נעסט אין די קינדערשע נעשאָמעס. וויפל קינדער אין שטעטל -- אזויפיל מײַסעלעך האָט זי געהאט. װעגן דעם אלטן ברונעם האָט די באָבע לייע א באזונדער מײַסעלע. מײַן מאמע האָט עס מיר הונדערט מאָל דערציילט. װען עס שטארבט אין שטעטל אן ערלעכער ייָד, לאָזט זײַן נעשאָמע זיך אראָפּ אין די טיפע טיפענישן פונעם ברונעם. דאָרט, אפן סאמע דנאָ, הייבט זיך אָן דער װעג, װאָס ברענגט די נעשאַמע צו פירן צום זיבעטן הימל. נאָר איידער זי הייבט זיך אזוי הויך אוף, באָדט די נעשאָמע זיך אויס אין טויזנטער קוואלן און אין טויזנטער וואסערן. זי רייניקט זיך אָפּ פון אלע ערדישע זינד און אוויירעס, און ערשט נאָכדעם שווימט זי ארויס אפן הימל און שײַנט דאָרט באגלײַך מיט אנ דערע שטערן, װי א שיינע קאלע אונטער דער כופּעידעק.
איך דארף, איך מוז גיין װײַטער! איך װיל זען דער מאמעס שטעטעלע מיט מײַנע אײגענע אויגן! אויסהערן אלע באָבע לייעס מײַסעס! א טרינק טאָן די הייליקע וואסער פונעם אלטן ברונעם! איך װעל באלד געזונט װערן, פון איין טרונק, און קיין שום אָפּעראציעס װעט מען מיר ניט דארפן מאכן!
מיט די לעצטע קויכעס האָב איך זיך סאָפקאָלסאָף ארופגעדראפּעט אפן בארג. און אָט איז עס, דאָס קיל-מעכײַעדיקע וועלדל -- אזוי נאָענט, אז שטרעק אויס די האנט -- װעסטו א שויבער טאָן די גרינע קרוינען פון די ביימער. איך הער שוין זייער רוישן. איך פיל אפילע זייער פרישקײַט אף מײַן פּאָנעם. איך בין געקומען. איך שטיי דאָו ניט װײַט פונעם געגארטן װינקעלע, װוּ ס'האָט זיך אָנגעהױבן מײַן מאמעס לעבן!.. דאָס שטעטל אליין זע איך נאָך דערװײַל ניט -- דאָס ועלדל פאר" שטעלט עס מיר. נאָר דאָס לײַכט-דורכזיכטיקע רויכל, װאָס קנוילט זיך פון הינטער די ביימער און, עלעהיי א פאָדעם, בינדט עס צו דאָס שטעטעלע צום הימל און דעם הימל צום שטעטעלע, דאָס פיאָלעט רויכל איז װי אן ערשטער גרוס פון מײַן זיידן. דער זיידע מײַנער איז א הרובעמאכער. קימאט אין יעדער שטוב פונעם שטעטל שטייט זײַן הרובע. דעם זיידן מיט דער באָבען האָב איך אין מײַן לעבן ניט געזען. און זיי האָבן מיך אוואדע און אוואדע ניט געזען. כ'װעל זיי אָבער סײַװיסײַ באלד דערקענען. די מאמע האָט מיר װעגן זי אזויפיל אָנגעדערצײילט, אז כיזע זי מאמעש פאר די אויגן. יאָ, עס קאָן זיך אָבער טרעפן, אז דער זיידע מיט דער באָבען װעלן מיך ניט דערקענען. ניין. כ'גלייב ניט! אן אייגן אייניקל דערקענט מען נאָכן ערשטן קוק. דערצו זאָגט מען, אז די מאמע איז זייער געראָטן אין מיר. אין מיר װעלן זיי דערקענען די מאמע. איך שטעל זיך שוין פאָר, װי זײ וועלן זיך דערפרייען מיט מיר. די באָבע װעט אָנבאקן א גאנצע טאווע קנישעס מיט קאבאק. דערנאָך וועלן מיר זיצן אלע דרײַ באם טיש -- די באָבע מיטן זיידן פון איין זײַט טיש, און איך -- פון דער אנדערער זײַט, אנטקעגן זיי. איך װעל קײַען די געשמאקע קנישעס מיט קאבאק, און דער זיידע מיט דער באָבען װעלן קוקן אף מיר און קװעלן: אזא גאסט! אזא אומדערווארטע פרייד! אזא יאָמטעו אינמיטן דער װאָך!-
פּלוצעם האָבן זיך דערהערט פונעם שטעטל קװיטשערײַען. װאָס איז דאָרט געשען? שוין זשע האָבן זיך אלע װײַבער מיטאמאָל צעקריגט צווישן זיך? און עפשער האָבן זיך אינעם שטעטל געיאװועט א פּאָר נײַע מאלאָכים?.. דאָס היימיש רויכל פון מײַן באָבעס זומערדיקער פּליטע האָט פּאמעלעך אָנגעהױבן זיך צעוואקסן, זיך פארוואנדלען אין א געדיכטן שווארצן רויך, װאָס האָט זיך גיך גע" שפּרײט איבערן הימל, זשעדנע געפרעסן די שײַן פונעם טאָג. די זון איז װי בלינד געװאָרן.
אן אײַנגעהילטער אין דער פּלוצעמדיקער פינצטערניש, בין איך געשטאנען א דערשיטערטער אויבן אפן בארג, ניט בעקויעך צו מאכן א שפַּאן. די געשרייען האָבן זיך שוין געטראָגן פונעם ועלדל, װאָס האָט ערשט אזוי פרידלעך גערוישט מיט אירע שיינע קרוינען, זיך צונויפגעגאָסן אין א יאָמער- לעכן געװויין. הונדערטער ברײַנעס האָבן, דאכט זיך, באװיינט דאָרט און באקלאָגט זייער איין-או" איינציק הערשעלע... דערנאָך האָט מען אָנגעהױבן שיסן, און װאָס מער מ'האָט געשאָסן, אלץ שטילער
4
און שטילער זײַנען געװאָרן די קװיטשערײַען... ס'איז געקומען א רעגע, װען אין דער שווארצער פאריאָסעמטער שטילקײַט האָבן געװויינט נאָר די ביימער.
וי צוויי טיילן פון א טרויעריקן פאָרהאנג, האָט זיך די פינצטערניש צערוקט אין פארשיידענע זײַטן. פונעם פארויכערטן װעלדל האָט זיך באוויזן א מענטש. שאָקלענדיק זיך און האלטנדיק זיך פיט בייךד? הענט פארן קאָפּ, אין ער געלאָפן צום בארג. געלאָפן און געשריען:
-- מיהאָט זיי אלע אויסגעקוילעט! אלע הענער, הינער און הינדעלעך!..
דער מענטש האָט א פיר געטאָן מיט דער האנט איבער זײַן דארן גאָרגל, געבליבן א רעגע שטיין און זיך א וואלגער געטאָן אף דער ערד.
איך בין צו אים צוגעלאָפן.
יאנקל די קװאָטשקע איז נאזנדיק געלעגן אפן וועג מיט די אָפענע אפּלען. דער הויקער זײַנער האָט ארויסגעשטארצט פון הינטערן רעכטן אקסל, װי א שווארצער שטיין, אף װעלכן יאנקל איז געפאלן. דאָס געלע בערדל האָט זיך אים פאריסן ארוף, און ס'האָט זיך געדאכט, אז דער גאנצער הימל האלט זיך אצינד אפן שפּיץ פון זײַן בערדל.
די פיס האָבן בא מיר זיך אונטערגעהאקט. א דערשלאָגענער, בין איך א פאל געטאָן אף די קני לעבן יאנקלס קערפּער. כ'האָב אָנגעהױבן שטילערהייט צו כליפּען: ,װאָס זשע ליגסטו, יאנקל? פארװאָס קװאָקעסטו ניט?.. קוק, כ'האָב דיר געבראכט א קאָפּיקע! די קאָפּיקע האָב איך געפונען אונטערן בופעט, כ'האָב אף איר געװאָלט זיך קויפן א גלאָז גאזיראָווקע. נא דיר די קאָפּיקע, אבי שװײַג ניט! זאָג כאָטש א װאָרט, יאנקל!.." איך האָב שטיל געװאָיעט, װי א הילפלאָז כײַעלע, װאָס האָט פארלוירן די מוטער. איך האָב זיך געפילט אן אָפּגענארטער, גלײַך װי מע װאָלט מיר פון לאנג צוגעזאָגט עפּעס װײַזן, און ערשט נאָך אלעמען דעם ;עפּעס" ניט געוויזן. נאָך מער: מ'האָט מיך באגאנװעט! מ'האָט בא מיר צוגעגאנװעט דאָס איינציקע, װאָס כ'האָב פארמאָגט -- דעם שענסטן טרוים מײַנעם -- זען מיט מײַנע אייגענע אויגן דער מאמעס שטעטעלע. שפּעט. צו שפּעט.
אליין ניט פארשטייענדיק צו װאָס, האָב איך ברייט אױסגעשטרעקט די אָרעמס צום הימל - אזוי, װי עס האָבן געטאָן טויזנטער דוירעס פאר מיר און װי עס װעלן מיסטאמע טאָן טױיזנטער דוירעס נאָך מיר. עס האָט זיך פון מײַן הארצן ארויסגעריסן א געזאנג -- א ליכטיקער און א קלאָרער, וי יענע שטערן, װאָס האָבן דורכגעמאכט דעם גאנצן וועג פונעם דנאָ פון דעם אלטן ברונעם אונטערן אלטן נוסנבוים ביזן הימל. דאָס געזאנג איז געבוירן געװאָרן אין יענע הייליקע נעפאשעס, און איך האָב אים בלויז ארויסגעבראכט אף די לִיפּן מיט מײַן קינדערש קעלכל. איך בין נאָר געװען דער שויפער, װאָס האָט זיך געלאָזט הערן אין דער פּוסט-געװאָרענער וועלט. אלע צאָרעס און אלע ניסיוי" נעס, וועלכע זײַנען אויסגעפאלן אף די פארגאנגענע דוירעס, האָבן איצט געפונען אן אויסוועג אין דעם טרויעריק-דערהויבענעם קאדיש. אף דער העכסטער נאָטע, ווען מײַן נעשאָמע און לײַב האָבן זיך צונויפגעשמאָלצן מיטן גאנצן ארום און געשװעבט ערגעץ העט:העט אױבן, האָט פּלוצעם א פרעמד פאלש קאָל אונטערגעשניטן די פליגל פונעם געזאנג. א קורצע װײַלע זײַנען די קלאנגען נאָך געהאנגען אינדערלופטן צװישן ערד און הימל און זיך צעשאָטן, וי א שנירל קארעלן.
כ'האָב אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ. מיטן בליק האָב איך זיך אָנגעשטױסן אין א צאפּענער מאַרדע, אינגאנצן אן אויסגעשמירטער מיט אש. דער צאפּ איז געשטאנען אפן זעלבן אָרט, װוּ ס'איז ערשטיאָ געלעגן יאנקל די קװאָטשקע. דער שפּיץ פונעם צאפּרבערדל איז געווען אָפּגעברענט, די פארסאר- פעטע זײַטן האָבן אויסגעזען אף דער װײַסער פעל, װי שווארצע לאטעס אף טאכריכים.
-- מע"ע"ע!.. -- האָט נאָכאמאָל א מעקע געטאָן דער צאפּ און דראָענדיק געוויזן מיר די פאר. דרייטע שפּיציקע הערנער.
אף איין האָרן האָט געשטעקט יאנקלס פארשמאָלצענע יארמעלקע...
עס איז אף מיר אָנגעפאלן א פּאכעד. פונוואנען האָט זיך דאָ פּלוצעם גענומען דער צאם? װוּהין האָט זיך אהינגעטאָן דער טויטער יאנקל?.. כ'האָב זיך א לאָז געטאָן מיטן זעלבן װעג צוריק אהיים. כ'בין שוין געלאָפן בארג-ארוף, און דער צעווילדעװועטער צאפּ איז געלאָפן נאָך מיר. אָט-אָט װעט ער מיך דעריאָגן. אָט װעט ער מיך א בוצקע טאָן. כ'האָב שוין אפילע געפילט, װי עס בײַסט מיר יענץ אָרט, װוּהין ער װעט מיר באלד ארײַנפאָרן מיט זײַנע שארפע הערנער. אויבן אפן בארג האַט מיך דער צאפּ סאָפקאָלסאָף אָנגעיאָגט און אָפּגעטאָן זײַן בייז שטיקל ארבעט.
כ'האָב זיך געקוליעט בארג-אראָפּ אלץ גיכער און גיכער. כ'האָב שוין ניט געװוסט, װוּ דער הימל איז און װוּ איז די ערד -- זיי האָבן זיך צונויפגעוויקלט אין א בלוי-גרינעם טעפּיך. כ'האָב פארמאכט די אויגן... מע דארף עפּעס טאָן! נאָך א רעגע -- און א זייכער װעט נאָך מיר ניט בלײַבן.. װאָס ווארט איך? מאמע! מאמע, ראטעווע מיך!.. װוּ ביסטו, מא-מע-עדע!..
-- איך בין דאָ, מײַן קינד! לעבן דיר, װי טאָמיד!
איך האָב שװוער אופגעמאכט די אויגן. דער קאָפּ האָט זיך מיר נאָך געדרייט, די פיס גענאָגט, װי נאָך א לאנגער נעסיע. די קראנקע ויזיעס זײַנען פּאמעלעך אָפּגעטראָטן, זיך דערװײַטערט פון
פפ
מיר, אוועק אין דער שווערער נאכט ארײַן, אינעם אָואר. דאָס איצטיקע, דאָס ווירקלעכע האָט זיך שוין קלאָרער אָנגעצײיכנט אין דער שײַן פונעם געקומענעם טאָג.
די מאמע, א מידע און אן אויסגעמאטערטע, מיט א בלױקײַט אונטער די אויגן, איז געזעסן לעבן מיר, געהאלטן מײַן האנט אין איר האנט, גלײַך װי מיר װאָלטן זיך אף קיין רעגע ניט צעשיידט. די זוןדשטראלן האָנן זיך דורכגעשלאָגן דורך די טאפליעס, זיך פארפּלאָנטערט אין אירע שווארצע צעשויבערטע האָר אפן קאָפּ, איבערגעפארבט זיי אין א גאָלדענער פארב.
4 מאמע האָט זיך צו מיר אָנגעבױגן, צוגעלייגט אירע ווארעמע ליפּן צו מײַן שטערן און היי" זעריקלעך געזאָגט:
-- דאנקען גאָט, קיין היץ האָסטו שוין ניט!
א װײַלע האָט זי זיך אײַנגעקוקט אין מײַנע אויגן און מיט א זיפץ, גלײַך װי זי װאָלט אונטער" געצויגן א סאכאקל צו אלע מײַנע כאלוימעס, ארויסגעבראכט אף די ליפּ;
-- אלץ װעט, מירצעשעם, זײַן גוט, מײַן קינד!
און פון דעם היילנדיקן צורירן זיך צו מײַן שטערן, פון דעם פילן אף מײַן פּאָנעם איר לעבעדיקן אָטעם, פון דעם אלץ-פארשטייענדיקן בליק איז מיר מיטאמאָל געװאָרן גרינג און רויַק אפן הארצן, עלעהיי כ'װאָלט א טרונק געטאָן די וואסער פון דעם אלטן ברונעם אונטערן אלטן נוסנבוים.
א שמעק טאבעק
אף דער לינקער האנט פון זײַן ברייטער דלאַניע איז געלעגן א פירעקיק פּושקעלע מיטן אופ" געדעקטן דעקל בא דער זײַט און מיט א שווארצן פּראַשעק אינװײיניק. פּאװאַלינקע, ניט אײַלנדיק, װי אומיסטן צעצויגן דאָס ביסעלע פארגעניגן, האָט דער זאָקן זיך א גריבל געטאָן אינעם פּושקעלע מיט צוויי פינגער, אקוראט א הון מיטן שנאָבל, פארקוועטשט א ביסל טאבעק און זי צוגעטראָגן צו זײַן ברייטער פליישיקער נאָז.
פארפּראװעט דאָס רעכטע נאַזלעכל מיט דער ערשטער פּאַרציע טאבעק, האָט ער זיך געלאָזט נאָך דער צווייטער פּאַרציע, און װען די גאנצע נאָז איז אים געווען אָנגעלאָדן מיט טאבעק, װי א צוויירעריקע ביקס מיט פּולװער, האָט ער א צי געטאָן אין זיך די לופט. דער בויך האָט אים אָנגעי הויבן וואקסן, אקוראט א ראַשטשינע אין א דייזשקע, די װינקעלעך פונעם מויל האָבן זיך אראָפּגע- לאָזט, איבערן אויסגעצויגענעם פּאָנעם זײַנען זיך צעלאָפן אין פארשיידענע זײַטן אלע זײַנע קנייטשן און קנייטשעלעך, די אויגן האָבן זיך פארזשמורעט און אָנגעגאָסן זיך מיט טרערן. באך-באך! די ביקס האָט אױסגעשאָסן.
-- א מעכײַע... -- האָט ארויסגעפאָנפעט דער זאָקן.
דאָס פּושקעלע מיט טאבעק האָט ער פארמאכט, פארבאהאלטן עס אינעם אייבערשטן קעשענ" קעלע פון זײַן רעקל און ערשט נאָכדעם ארױיסגעשלעפּט א גרויס צעקנייטשט טיכל און מיט א פײַף זיך אױסגעשנײַצט די נאָז. דערנאָך אָפּגעװישט זיך די באקן, דאָס מויל, דעם קין.
-- א מעכײַע! ליכטיקער געװאָרן אין די אויגן.
איצט, נאָך אזא האקדאָמע, האָט דער זאָקן געקאָנט אָנהײבן דערציילן. און ער האָט אָנגעהױבן:
-- דאָס װאָרט ,זאָקן, מײַן ליבער פרײַנט, איז ניט אזא פּאָשעט װאָרט, װי עס דאכט זיך. אויב איר װילט װיסן, איז עס אפילע אזא שיפר, װוּ יעדער אָס האָט זײַן באטײַט. ,ז" הייסט זיפצן, ,א" -- אָכקען,,ק" -- קרעכצן און ,נ" -- ניסן. אָט די פיר זאכן שענקט גאָט דעם מענטשן אף דער עלטער. זיפצן, אָכקען און קרעכצן -- טאָג װי נאכט. דאָ האָט שוין דער אייבערשטער, זאָל ער מיר מויכל זײַן מײַנע רייד, א טשוטעלע איבערגעכאפּט די מאָס. װען איך האָב ניט די לעצטע מאטאָנע זײַנע, דעם ניס, װייס איך ניט, װוּ כ'װאָלט אצינד געהאלטן מיט מײַנע אלטע ביינער. כ'מיין, כאָלילע, ניט יענעם ניס פון א קאטאר, אָדער פון א קיצל מיט א פעדערל, אָדער פון לערגיע -- אזוי, דאכט זיך, הייסט דער נײַער כאלאס. נאָר װי איר האָט שוין פארשטאנען אליין, דעם מעכײַעדיקן נִיס פון א שמעק טאבעק, מיין איך. יאָ, יאָ, אזא ניס איז פאר מיר, פאר א זאָקן, עפשער דאָס לעצטע בִיסל פארגעניגן אין לעבן, װײַל אנדערע פארגעניגנס... אייסעך! װאָס דארף מען דאָ לאנג ברײַען--
אָט זאָגט איר, אשטייגער: א שמעק טאבעק. אמאָל האָבן די נעגידים געיארשנט בא זייערע זיידעס און טאטעס מאיאָנטקעס, שיינע דירעס, ערד, פערד... און װאָס האָט געקאַנט יארשענען א קאפּצן? די נויט און דעם דאלעס פון זײַנע אָװעס. און דאָך איז אין אונדזער מישפּאָכע געװען א
6
זאך, אן אויצער, װאָס האָט זיך איבערגעגעבן פון דאָר צו דאָר, פון א פאָטער צו א זון. װאָס איז דאָס פאר אן אױיצער? א, כ'זע, עס האָבן בא אײַך אָנגעהױבן ברענען די אויגן פאר נײגער! א מײַסע. א פּאָשעטע מײַסע, װאָס איז געשען מיט מײַן עלטערזיידע קאסריעל און װאָס הייסט טאקע אזוי: ,קאסריעלס מײַסע"...
דער זאָקן האָט א װײַלע געשוויגן. װי יעדער גוטער דערציילער, האָט ער אויסגעהאלטן די פּױזע -- ניט צו א לאנגע, ניט צו א קורצע, פּונקט אזעלכע, אז יענער, װער עס הערט אים, זאָל זיך שוין קוים אײַנהאלטן, אז די קאװאָנע אויסהערן די מײַסע פונעם אָנהײיב ביזן סאָף זאָל אין אים שפּרינגען און טָאנצן, זיך רײַסן אין דרויסן ארויס.
-- הערט זשע אהער. אין יענע װײַטע צײַטן, װען עס האָט געלעבט מײַן עלטערזיידע קאסריעל, אָלעװהאשאָלעם, האָט מיטן לאנד געפּראװעט איינער א קייסער. ויָאזוי האָט ער געהײסן? צוליב װאָס דארפט איר עס? א קייסער, װוי אלע קײיסאָרים, מײַן זיידעס זאָרגן און באָרגן אף זײַן געקרוינטן קאָפּ. אָבער א מיניסטער האָט דער קייסער געהאט לעבן זיך, װאָלט ער געקאָנט, נאָך איידער. װי מע האָט אים געמאכט פאר אן ערשטן מיניסטער, פארשטיקט װערן בא זײַן מאמען אין בויך. א מערדער, א בלוטצאפּער -- די ועלט האָט נאָך אזעלכע ניט געזען. מיט איין האנט האָט ער זיך געדרייט א װאָנצע, און מיט דער אנדערער -- געריסן שטיקער פונעם פאָלק. געשונדן עס ביז אין די ביינער, צוגענומען בא די קינדער דעם לעצטן וביסן... װוּהין זשע, װעט איר פרעגן, האָט געקוקט דער קייסער? װעל איך אײַך דערנאָך פרעגן: װוּהין דען האָט ער געדארפט קוקן, אז דאָס אָפּגעזאָטענע איי מיטן טעפּעלע